Page 10 - Bamidber
P. 10

‫במדבר‬

‫‪ 31‬און זײער היטונג איז געװען דער אָרון‪ ,‬און דער טיש‪ ,‬און די‬
‫מנוֹרה‪ ,‬און די מזבחות‪ ,‬און די הײליקע כּלים װאָס מע דינט מיט זײ‪,‬‬

                          ‫און דער פֿאָרהאַנג‪ ,‬און אַלע ז ַײנע צובאַהער‪.‬‬

‫‪ 32‬און דער פֿירשט איבער די פֿירשטן פֿון די ל ִו ִיים איז געװען ֶאל ָעָזר‬
‫דער זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן‪ ,‬דער אױפֿזעער איבער די װאָס היטן די‬

                                           ‫היטונג פֿון דעם הײליקטום‪.‬‬

‫‪ 33‬פֿון מ ָררין די משפּחה פֿון די ַמחלים‪ ,‬און די משפּחה פֿון די‬
‫מושים; דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון מ ָררי‪ 34 .‬און זײערע געצײלטע‬
‫לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און‬
‫העכער ז ַײנען געװען זעקס טױזנט און צװײ הונדערט‪ 35 .‬און דער‬
‫פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די משפּחות פֿון מ ָררי איז געװען‬
‫צורי ֵאל דער זון פֿון אַבֿיחילן‪ .‬זײ האָבן געלאַגערט בײן ז ַײט פֿון ִמשכּן‬
‫צו צפֿון‪ 36 .‬און די געשטעלטע היטונג פֿון די קינדער פֿון מ ָררי איז‬
‫געװען‪ :‬די ברעטער פֿון ִמשכּן‪ ,‬און ז ַײנע ריגלען‪ ,‬און ז ַײנע ז ַײלן‪ ,‬און‬
‫ז ַײנע שװעלן‪ ,‬און אַלע ז ַײנע כּלים‪ ,‬און אַלע ז ַײנע צובאַהער; ‪ 37‬און‬
‫די ז ַײלן פֿון הױף רונד אַרום‪ ,‬און זײערע שװעלן‪ ,‬און זײערע‬

                                         ‫פֿלעקלעך‪ ,‬און זײערע שטריק‪.‬‬

‫‪ 38‬און די װאָס האָבן געלאַגערט פֿאַר דעם ִמשכּן צו מזרח‪ ,‬פֿאַר דעם‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד צו זונאױפֿגאַנג‪ ,‬ז ַײנען געװען משה‪ ,‬און אַהרן און ז ַײנע‬
‫זין‪ ,‬װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון הײליקטום‪ ,‬פֿאַר דער היטונג‬
‫פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; און דער פֿרעמדער װאָס גענענט‪ ,‬האָט‬

                                                 ‫געזאָלט געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 39‬אַלע געצײלטע פֿון די ל ִוִיים‪ ,‬װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט‬
‫לױט דעם מױל פֿון גאָט‪ ,‬נאָך זײערע משפּחות‪ ,‬אַלע מאַנספּאַרשױנען‬

            ‫פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער‪ ,‬צװײ און צװאַנציק טױזנט‪.‬‬

‫‪ 40‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬צײל אַלע ערשטגעבאָרענע‬
‫מאַנספּאַרשױנען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון אַ חוֹדש אַלט און‬
‫העכער‪ ,‬און נעם אױף די צאָל פֿון זײערע נעמען‪ 41 .‬און זאָלסט‬
‫נעמען פֿאַר מיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬די ל ִוִיים אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און די בהמות פֿון די ל ִוִיים אָנשטאָט אַלע‬

                  ‫בכוֹרים צװישן די בהמות פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15