Page 31 - Bamidber
P. 31
במדבר
פֿון די משפּחות פֿון ישׂראל!
1און דאָס פֿאָלק האָט זיך באַקלאָגט אױף שלעכטס אין די
אױערן פֿון גאָט ,און גאָט האָט געהערט ,און ז ַײן צאָרן האָטיא
געגרימט ,און אַ פֿ ַײער פֿון גאָט האָט געברענט צװישן זײ ,און האָט
פֿאַרצערט ב ַײם עק לאַגער 2 .האָט דאָס פֿאָלק געשריען צו משהן,
און משה האָט מתפּלל געװען צו גאָט ,און דאָס פֿ ַײער האָט זיך
געזעצט 3 .און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ַתּבֿ ֵע ָרה,
װ ַײל אַ פֿ ַײער פֿון גאָט האָט געברענט צװישן זײ.
4און די צונױפֿגעלאָפֿענע װאָס צװישן זײ האָבן געגלוסט אַ
גלוסטונג; און אױך די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געװײנט ,און
זײ האָבן געזאָגט :װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! 5מיר
געדענקען די פֿיש װאָס מיר פֿלעגן עסן אין ִמצ ַר ִים אומזיסט ,די
פּלוצערן ,און די קירבעס ,און דאָס גרינס ,און די ציבעלעס ,און די
קנאָבל 6 .און אַצונד איז אונדזער זעל פֿאַרטריקנט; ניטאָ קײן זאַך;
בלױז אױפֿן ַמן ז ַײנען אונדזערע אױגן.
7און דער ַמן איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען ,און ז ַײן אָנבליק
אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בדוֹ ַלך 8 .דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרשפּרײט,
און האָט עס אױפֿגעקליבן ,און געמאָלן אין אַ האַנטמיל ,אָדער
געשטױסן אין אַ שטײסל ,און געקאָכט אין אַ טאָפּ ,אָדער געמאַכט
דערפֿון קוכנס און דער טעם דערפֿון איז געװען װי דער טעם פֿון אַן
אײלקיכל 9 .און װי דער טױ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן לאַגער ב ַײ
נאַכט ,פֿלעגט אַראָפּנידערן דערױף דער ַמן.
10און משה האָט געהערט דאָס פֿאָלק װײנען משפּחות-װ ַײז,
איטלעכער פֿאַר דעם א ַײנגאַנג פֿון ז ַײן געצעלט ,און דער צאָרן פֿון
גאָט האָט זײער געגרימט ,און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון
משהן 11 .און משה האָט געזאָגט צו גאָט :פֿאַר װאָס טוסטו
שלעכטס ד ַײן קנעכט ,און פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען אומחן אין
ד ַײנע אױגן ,אַרױפֿצולײגן אױף מיר די לאַסט פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן
פֿאָלק? 12האָב איך דען געטראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק ,צי איך
האָב עס געבאָרן ,װאָס דו זאָגסט צו מיר :טראָג עס אין ד ַײן בוזעם,