Page 35 - Bamidber
P. 35
במדבר
אין פּנים געשפּיגן ,װאָלט זי זיך ניט געשעמט זיבן טעג? זאָל זי ז ַײן
א ַײנגעשלאָסן זיבן טעג אױסן לאַגער ,און דערנאָך זאָל זי
אַר ַײנגענומען װערן.
15איז מרים געװען א ַײנגעשלאָסן אױסן לאַגער זיבן טעג; און דאָס
פֿאָלק האָט ניט געצױגן ביז מרים איז אַר ַײנגענומען געװאָרן 16 .און
דערנאָך האָט דאָס פֿאָלק געצױגן פֿון ח ֵצרוֹת ,און זײ האָבן גערוט
אין מדבר פּאָ ָרן.
ְש ַלח
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :שיק דיר
מענטשן ,זײ זאָלן אױסקוקן דאָס לאַנד כַּנ ַען ,װאָס איך גיב צויג
די קינדער פֿון ישׂראל; צו אײן מאַן ,צו אײן מאַן פֿאַר ז ַײן
פֿאָטערשטאַם זאָלט איר שיקן; איטלעכער אַ פֿירשט צװישן זײ.
3און משה האָט זײ געשיקט פֿון מדבר פּאָ ָרן לױט דעם מױל פֿון
גאָט; זײ אַלע ז ַײנען געװען מענטשן הױפּטל ַײט פֿון די קינדער פֿון
ישׂראל 4 .און דאָס ז ַײנען זײערע נעמען :פֿאַר שבֿט ראובֿןַ ,שמו ַע
דער זון פֿון ַזכּורן 5 .פֿאַר שבֿט שמעוןָ ,שפֿט דער זון פֿון חוֹרין6 .
פֿאַר שבֿט יהודהָ ,כּ ֵלבֿ דער זון פֿון יפֿוֶנהן 7 .פֿאַר שבֿט ִישׂ ָשׂ ָכרִ ,י ְגאָל
דער זון פֿון יוֹספֿן 8 .פֿאַר שבֿט אפֿרים ,הוֹ ֵש ַע דער זון פֿון נון 9 .פֿאַר
שבֿט בנימין ,פּלטי דער זון פֿון ָרפֿואן 10 .פֿאַר שבֿט זבֿולוןַ ,גדי ֵאל
דער זון פֿון סוֹדין 11 .פֿאַר שבֿט יוֹסף :פֿאַר שבֿט מנשהַ ,גדי דער זון
פֿון סוסין 12 .פֿאַר שבֿט ָדןַ ,עמי ֵאל דער זון פֿון ג ַמלין 13 .פֿאַר שבֿט
אָשר ,סתור דער זון פֿון מי ָכ ֵאלן 14 .פֿאַר שבֿט נפֿ ָתּליַ ,נחבי דער זון
פֿון ָופֿסין 15 .פֿאַר שבֿט ָגדְ ,גאו ֵאל דער זון פֿון ָמכין 16 .דאָס ז ַײנען
די נעמען פֿון די מענטשן װאָס משה האָט געשיקט אױסקוקן דאָס
לאַנד .און משה האָט גערופֿן הוֹ ֵש ַע דעם זון פֿון נון ,יהוֹשו ַע 17 .און
משה האָט זײ געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד כַּנ ַען ,און האָט צו זײ
געזאָגט :גײט אַרױף אַהין קײן ָדרום ,און גײט אַרױף אין דעם
געבערג 18 .און איר זאָלט אָנקוקן דאָס לאַנד ,װאָס דאָס איז ,און
דאָס פֿאָלק װאָס זיצט דערױף ,אױב ער איז שטאַרק אָדער שװאַך,
אױב ער איז װינציק אָדער פֿיל; 19און װי איז דאָס לאַנד װאָס ער
זיצט דרינען ,אױב עס איז גוט אָדער שלעכט ,און װי ז ַײנען די שטעט