Page 36 - Bamidber
P. 36

‫במדבר‬

‫װאָס ער זיצט אין זײ‪ ,‬אין לאַגערן אָדער אין פֿעסטונגען; ‪ 20‬און װי‬
‫איז די ערד‪ ,‬איז זי פֿעט אָדער מאָגער‪ ,‬איז דאָ אױף איר געהילץ‬
‫אָדער ניט‪ .‬און איר זאָלט א ַײך שטאַרקן‪ ,‬און ברענגען פֿון דער פֿרוכט‬
‫פֿון לאַנד‪ – .‬און די טעג ז ַײנען געװען די טעג פֿון ערשטע װ ַײנטרױבן‪.‬‬

‫‪ 21‬ז ַײנען זײ אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד פֿון‬
‫מדבר ִצן ביז רחוֹבֿ‪ ,‬װי מע קומט קײן ח ָמת‪ 22 .‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען קײן ָדרום‪ ,‬און ז ַײנען געקומען ביז חבֿרוֹן; און דאָרטן‬
‫ז ַײנען געװען אַחי ָמן‪ֵ ,‬ש ַשי‪ ,‬און ַתּל ַמי‪ ,‬קינדער פֿון ַעָנק‪ – .‬און ֶחבֿרוֹן‬
‫איז געבױט געװאָרן זיבן יאָר פֿאַר צוֹ ַען אין ִמצ ַר ִים‪ 23 – .‬און זײ‬
‫ז ַײנען געקומען ביזן טאָל ֶאשכּוֹל‪ ,‬און האָבן אָפּגעשניטן פֿון דאָרטן אַ‬
‫צװ ַײג מיט אײן הענגל װ ַײנטרױבן‪ ,‬און האָבן עס געטראָגן אױף אַ‬
‫שטאַנג זאַלבעצװײט; אױך פֿון די מילגרױמען און פֿון די פֿ ַײגן האָבן‬
‫זײ גענומען ‪ 24 – .‬יענעם אָרט האָט מען גערופֿן דער טאָל ֶאשכּוֹל‬
‫פֿון װעגן דעם הענגל װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אָפּגעשניטן‬
‫פֿון דאָרטן‪ 25 – .‬און זײ האָבן זיך אומגעקערט פֿון אױסקוקן דאָס‬
‫לאַנד צום ָסוף פֿון פֿערציק טעג‪ 26 .‬און זײ ז ַײנען געגאַנגען און‬
‫געקומען צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬און צו דער גאַנצער עדה פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אין מדבר פּאָ ָרן קײן ָק ֵדש; און זײ האָבן‬
‫געבראַכט אַן ענטפֿער צו זײ און צו דער גאַנצער עדה‪ ,‬און האָבן זײ‬
‫געװיזן די פֿרוכט פֿון לאַנד‪ 27 .‬און זײ האָבן אים דערצײלט‪ ,‬און‬
‫געזאָגט‪ :‬מיר ז ַײנען געקומען אין דעם לאַנד װוּהין דו האָסט אונדז‬
‫געשיקט‪ ,‬און עס פֿליסט אױך מיט מילך און האָניק; און דאָס איז‬
‫איר פֿרוכט‪ 28 .‬אָבער שטאַרק איז דאָס פֿאָלק װאָס זיצט אין לאַנד‪,‬‬
‫און די שטעט ז ַײנען באַפֿעסטיקטע‪ ,‬גרױסע ביז גאָר‪ ,‬און אױך די‬
‫קינדער פֿון ַעָנק האָבן מיר דאָרטן געזען‪ַ 29 .‬ע ָמ ֵלק זיצט אין ָדרום‪-‬‬
‫לאַנד‪ ,‬און דער ִחתּי‪ ,‬און דער יבֿוסי‪ ,‬און דער ֶאמוֹרי‪ ,‬זיצן אין דעם‬
‫געבערג‪ ,‬און דער כַּנ ֲעני זיצט ב ַײם ים און ב ַײם ברעג ַירדן‪ 30 .‬האָט‬
‫ָכּ ֵלבֿ א ַײנגעשטילט דאָס פֿאָלק אַקעגן משהן‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪:‬‬
‫אַרױפֿגײן װעלן מיר אַרױפֿגײן‪ ,‬און מיר װעלן עס אַרבן‪ ,‬װאָרום‬
‫ב ַײקומען װעלן מיר עס ב ַײקומען‪ 31 .‬אָבער די מענטשן װאָס ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים‪ ,‬האָבן געזאָגט‪ :‬מיר קענען ניט אַרױפֿגײן‬
‫קעגן דעם פֿאָלק‪ ,‬װאָרום ער איז שטאַרקער פֿון אונדז‪ 32 .‬און זײ‬
‫האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שלעכטן קלאַנג אױף דעם לאַנד װאָס זײ‬
‫האָבן עס אױסגעקוקט‪ ,‬ב ַײ די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬דאָס‬
‫לאַנד װאָס מיר ז ַײנען דורכגעגאַנגען דורך דעם‪ ,‬כּדי עס אױסצוקוקן‪,‬‬
   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41