Page 38 - Bamidber
P. 38
במדבר
ב ַײ אַלדי צײכנס װאָס איך האָב געמאַכט צװישן אים? 12איך װעל
אים שלאָגן מיט פּעסט ,און װעל אים אױסראָטן ,און װעל דיך מאַכן
פֿאַר אַ פֿאָלק גרעסער און מאַכטיקער פֿון אים 13 .האָט משה
געזאָגט צו גאָט :אַז די ִמצרים װעלן הערן – װאָרום דו האָסט דאָך
אױפֿגעבראַכט מיט ד ַײן שטאַרקײט דאָס דאָזיקע פֿאָלק פֿון צװישן זײ
– 14װעלן זײ זאָגן צו די באַװוינער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד ,װאָס
האָבן געהערט אַז דו ,יהוה ,ביסט צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק; װאָרום
אױג אין אױג ביסט דו ,יהוה ,געזען געװאָרן ,און ד ַײן װאָלקן שטײט
איבער זײ ,און אין אַ װאָלקנז ַײל גײסטו זײ פֿאַרױס ב ַײ טאָג ,און אין
אַ פֿ ַײערז ַײל ב ַײ נאַכט – 15איז ,אַז דו װעסט טײטן דאָס דאָזיקע
פֿאָלק אַזױ װי אײן מאַן ,אַזױ װעלן זאָגן די אומות װאָס האָבן
געהערט ד ַײן הערונג ,אַזױ צו זאָגן 16 :װ ַײל יהוה איז ניט ביכוֹלת צו
ברענגען דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס ער האָט זײ
צוגעשװאָרן ,האָט ער זײ אױסגעשאָכטן אין מדבר 17 .דרום זאָל
אַצונד גרױס ז ַײן ,איך בעט דיך ,דער כּוֹח פֿון גאָט לױט װי דו האָסט
גערעדט ,אַזױ צו זאָגן 18 :גאָט איז א ַײנגעהאַלטן אין צאָרן און ר ַײך
אין גענאָד ,ער פֿאַרטראָגט זינד און פֿאַרברעכן ,נאָר שענקען שענקט
ער ניט; ער רעכנט זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער,
מיטן דריטן און מיטן פֿירטן ָדור 19 .פֿאַרגיב ,איך בעט דיך ,די זינד
פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק ,לױט דער גרױסקײט פֿון ד ַײן חסד ,און אַזױ
װי דו האָסט פֿאַרגעבן דעם דאָזיקן פֿאָלק פֿון ִמצ ַר ִים און ביז אַהער.
20האָט גאָט געזאָגט :איך האָב פֿאַרגעבן אַזױ װי ד ַײן װאָרט21 .
אָבער אַזױ װי איך לעב ,און די פּראַכט פֿון גאָט איז פֿול די גאַנצע
ערד 22 ,אַז די אַלע מענטשן װאָס האָבן געזען מ ַײן פּראַכט און מ ַײנע
צײכנס ,װאָס איך האָב באַװיזן אין ִמצ ַר ִים און אין מדבר ,און פֿון
דעסטװעגן האָבן זײ מיך געפּרוּװט שױן צען מאָל ,און ניט צוגעהערט
צו מ ַײן ָקול 23 ,אױב זײ װעלן זען דאָס לאַנד ,װאָס איך האָב
צוגעשװאָרן זײערע עלטערן! יאָ ,אַלע װאָס האָבן מיך געלעסטערט,
װעלן עס ניט אָנזען 24 .נאָר מ ַײן קנעכט ָכּ ֵלבֿ ,װ ַײל אין אים איז
געװען אַן אַנדער ג ַײסט ,און ער איז געגאַנגען געטר ַײ נאָך מיר ,אים
װעל איך ברענגען אין דעם לאַנד ,װאָס ער איז אַהין געגאַנגען ,און
צו ז ַײן זאָמען װעט ער עס לאָזן בירושה 25 .דער ַע ָמ ֵלקי און דער
כַּנ ֲעני זיצן אין טאָל; מאָרגן קערט א ַײך אום ,און ציט א ַײך צום מדבר
אױפֿן װעג צום ים-סוף.