Page 2 - Thilim
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

      ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

    ‫ְתּ ִה ִלּים‬

      ‫ערשטער ֵספֿר‬

  ‫‪ 1‬װױל צו דעם מענטשן װאָס איז ניט געגאַנגעןא‬
                          ‫אין דער עצה פֿון די ר ָשעים‪.‬‬
                         ‫און אױף דעם װעג פֿון די זינדיקע‪,‬‬
                                     ‫איז ער ניט געשטאַנען‪,‬‬
                        ‫און אין דער זיצונג פֿון די שפּעטער‬
                                         ‫איז ער ניט געזעסן‪.‬‬
           ‫‪ 2‬נ ַײערט צו דער תּורה פֿון גאָט איז ז ַײן באַגער‪,‬‬
               ‫און אָן ז ַײן תּורה טראַכט ער טאָג און נאַכט‪.‬‬
‫‪ 3‬און ער װעט ז ַײן װי אַ בױם געפֿלאַנצט ב ַײ בעכן װאַסער‪,‬‬

                          ‫װאָס גיט ז ַײן פֿרוכט אין ז ַײן צ ַײט‪,‬‬
                     ‫און ז ַײן בלאַט װערט ניט פֿאַרװעלקט;‬
              ‫און אין אַלץ װאָס ער טוט װעט ער באַגליקן‪.‬‬

                                ‫‪ 4‬ניט אַזױ ז ַײנען די ר ָשעים;‬
        ‫נ ַײערט װי דער שפּרײ װאָס אַ װינט פֿאַריאָגט אים‪,‬‬
        ‫‪ 5‬דרום װעלן די ר ָשעים ניט באַשטײן פֿאַרן משפּט‪,‬‬

               ‫און די זינדיקע אין דער עדה פֿון די צדיקים‪,‬‬
           ‫‪ 6‬װאָרום גאָט מערקט דעם װעג פֿון די צדיקים‪,‬‬

              ‫און דער װעג פֿון די ר ָשעים װעט אונטערגײן‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7