Page 3 - Thilim
P. 3
תּהלים
1פֿאַר װאָס רודערן די פֿעלקער,ב
און די אומות טוען ברומען אומנישט?
2די מלכים פֿון דער ערד שטעלן זיך אױף,
און די פֿירשטן ֵעצהן זיך אין אײנעם
אױף גאָט און אױף ז ַײן געזאַלבטן:
3לאָמיר צער ַײסן זײערע בינד,
און אַראָפּװאַרפֿן פֿון אונדז זײערע שטריק.
4דער װאָס זיצט אין הימל לאַכט,
גאָט טוט שפּעטן פֿון זײ.
5דענצמאָל װעט ער רעדן צו זײ אין ז ַײן כּעס,
און אין ז ַײן גרימצאָרן װעט ער זײ דערשרעקן:
6דאָס האָב איך דאָך אױפֿגעשטעלט מ ַײן מלך
אױף ִציון מ ַײן הײליקן באַרג.
7לאָמיר דערצײלן פֿון דער באַשערונג:
גאָט האָט מיר געזאָגט :מ ַײן זון ביסטו,
איך האָב ה ַײנט דיך געבאָרן.
8בעט ב ַײ מיר ,און איך װעל געבן פֿעלקער פֿאַר ד ַײן אַרב,
און פֿאַר ד ַײן אײגנטום די עקן פֿון דער ערד.
9װעסט זײ צעברעכן מיט אַן א ַײזערנער רוט,
װי אַ טעפּערגעפֿעס זײ צעפּיצלען.
10און אַצונד ,איר מלכים ,באַטראַכט,
לאָזט א ַײך לערנען ,איר ריכטער פֿון דער ערד.
11דינט גאָט מיט מורא,
און שױדערט אין ציטערניש.
12אַכפּערט מיט לױטערקײט ,כּדי ער זאָל ניט צערענען,
און איר װעט פֿאַרלירן דעם װעג,
אַז ז ַײן כּעס װעט זיך אָנצינדן באַלד;
װױל איז צו אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.