Page 8 - Thilim
P. 8

‫תּהלים‬

                               ‫‪ 12‬גאָט איז אַ גערעכטער ריכטער‪,‬‬
                                ‫און אַ צערנדיקער גאָט אַלע טאָג‪.‬‬

                ‫‪ 13‬פֿאַר װאָר‪ ,‬ער של ַײפֿט נאָכאַנאַנד ז ַײן שװערד‪,‬‬
                        ‫ער שפּאַנט ז ַײן בױגן און שטעלט אים אָן‪.‬‬
                          ‫‪ 14‬און ער גרײט זיך אָן געצ ַײג פֿון טױט‪,‬‬
                           ‫ער מאַכט ברענעדיק שאַרף ז ַײנע פֿ ַײלן‪.‬‬
                                  ‫‪ 15‬זע‪ ,‬ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט‪,‬‬
                       ‫און ער טראָגט אומגליק‪ ,‬און געבערט ליגן‪.‬‬
                         ‫‪ 16‬ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס‪,‬‬

                    ‫און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט‪,‬‬
              ‫‪ 17‬ז ַײן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף ז ַײן קאָפּ‪,‬‬

                  ‫און אױף ז ַײן שאַרבן װעט נידערן ז ַײן פֿאַרברעך‪.‬‬

                   ‫‪ 18‬איך װעל לױבן גאָט לױט ז ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
             ‫און באַזינגען דעם נאָמען פֿון גאָט דעם אױבערשטן‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬אױף ִגתּית; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

               ‫‪ 2‬גאָט אונדזער האַר‪,‬ח‬

             ‫װי פּראַכטיק איז ד ַײן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד‪,‬‬
              ‫אַז דער לױב פֿון ד ַײן גלאַנץ איז איבער די הימלען!‬

                      ‫‪ 3‬פֿון דעם מױל פֿון עופֿעלעך און זױגעדיקע‬
                                 ‫האָסטו באַפֿעסטיקט ד ַײן מאַכט;‬
                                           ‫פֿון װעגן ד ַײנע פֿ ַײנט –‬

                 ‫כּדי שטיל צו מאַכן דעם שׂונא און ראַכענעמער‪.‬‬

           ‫‪ 4‬אַז איך זע די הימלען‪ ,‬דאָס װערק פֿון ד ַײנע פֿינגער‪,‬‬
            ‫די לבֿנה און שטערן װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט –‬
            ‫‪ 5‬װאָס איז אַ מענטש‪ ,‬אַז דו זאָלסט אים געדענקען?‬

              ‫און אַ מענטשנקינד‪ ,‬אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען?‬
         ‫‪ 6‬װאָרום האָסט אים געמאַכט שיר ניט מינער פֿון גאָט‪,‬‬

                   ‫און מיט כּבֿוד און שײנקײט באַקרײנסטו אים‪.‬‬
    ‫‪ 7‬מאַכסט אים געװעלטיקן איבער די װערק פֿון ד ַײנע הענט‪,‬‬

                     ‫אַלצדינג האָסטו געלײגט אונטער ז ַײנע פֿיס;‬
                                          ‫‪ 8‬שאָף און רינדער אַלע‪,‬‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13