Page 10 - Thilim
P. 10
תּהלים
13װאָרום דער אױפֿמאָנער פֿון בלוט געדענקט זײ,
ער פֿאַרגעסט ניט דאָס געשרײ פֿון די פֿאַרליטענע.
14ל ַײטזעליק מיך ,גאָט,
זע מ ַײן פּ ַײן פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט,
מ ַײן דערהײבער פֿון די טױערן פֿון טױט;
15כּדי איך זאָל דערצײלן אַל ד ַײן לױב,
אין די טױערן פֿון טאָכטער ִציון מיך פֿרײען מיט ד ַײן הילף.
16א ַײנגעזונקען ז ַײנען די פֿעלקער,
אין דער גרוב װאָס זײ האָבן געמאַכט,
אין דער נעץ װאָס זײ האָבן באַהאַלטן
איז באַצװוּנגען זײער פֿוס.
17גאָט איז באַװוּסט געװאָרן,
ער האָט אַ משפּט געטאָן –
אין דעם װערק פֿון ז ַײנע הענט
איז געשטרױכלט געװאָרן דער ָרשעִ .הָגיון ֶס ָלה.
18די ר ָשעים װעלן אָנקומען אין אונטערערד –
אַלע פֿעלקער װאָס פֿאַרגעסן אָן גאָט.
19װאָרום ניט שטענדיק װעט פֿאַרגעסן ז ַײן דער אבֿיון,
די האָפֿענונג פֿון די אָרימע װעט ניט פֿאַרלאָרן ז ַײן אױף אײביק.
20שטײ אױף ,גאָט ,זאָל דער מענטש ניט פֿאַרש ַײט ז ַײן,
זאָלן געמשפּט װערן די פֿעלקער פֿאַר דיר.
21טו ,גאָט ,אַ מורא אױף זײ;
זאָלן װיסן די פֿעלקער אַז זײ ז ַײנען נאָר מענטשןֶ .ס ָלה.
1פֿאַר װאָס ,גאָט ,שטײסטו פֿון דער װ ַײטן,י
פֿאַרהױלסטו זיך אין צ ַײטן פֿון נױט?
2מיט גאװה פֿון ָרשע יאָגט מען דעם אָרימאַן;
זאָלן זײ געכאַפּט װערן אין די פּלענער װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט!
3װאָרום דער ָרשע פּראָלט אין דער תּאװה פֿון ז ַײן זעל,
און דער גײציקער רימט זיך :ער שפּאָט פֿון גאָט.
4דער ָרשע זאָגט אין דעם שטאָלץ פֿון ז ַײן פּנים :מע מאָנט ניט;
„ניטאָ קײן גאָט” ,ז ַײנען אַלע ז ַײנע טראַכטונגען.