Page 11 - Thilim
P. 11

‫תּהלים‬

                     ‫‪ 5‬ז ַײנע װעגן באַגליקן צו יעטװעדער צ ַײט‪,‬‬
                       ‫װ ַײט איבער אים ז ַײנען ד ַײנע משפּטים;‬
                        ‫אַלע ז ַײנע פֿ ַײנט – ער בלאָזט אױף זײ‪.‬‬

           ‫‪ 6‬ער זאָגט אין ז ַײן האַרצן‪ :‬איך װעל ניט אומפֿאַלן‪,‬‬
                          ‫אױף ָדור‪-‬דורות ניט ז ַײן אין קײן בײז‪.‬‬

‫‪ 7‬מיט קללות איז פֿול ז ַײן מױל‪ ,‬און מיט באַטרוג און דריקונג‪,‬‬
               ‫אונטער ז ַײן צונג איז אומרעכט און פֿאַרברעכן‪.‬‬
                         ‫‪ 8‬ער זיצט אין לױער פֿון די געהעפֿטן‪,‬‬

             ‫אין פֿאַרבאָרגענישן הרגעט ער דעם אומשולדיקן;‬
                       ‫ז ַײנע אױגן לאָקערן אױפֿן אומגליקלעכן‪.‬‬

    ‫‪ 9‬ער לױערט אין פֿאַרבאָרגעניש װי אַ לײב אין ז ַײן צודעק‪,‬‬
                             ‫ער לױערט צו כאַפּן דעם אָרימאַן;‬

         ‫ער כאַפּט דעם אָרימאַן‪ ,‬אַז ער ציט אים אין ז ַײן נעץ‪.‬‬
                                ‫‪ 10‬ער דריקט זיך‪ ,‬ער בײגט זיך‪,‬‬

                  ‫ביז די אומגליקלעכע פֿאַלן אין ז ַײנע קלױען‪.‬‬
             ‫‪ 11‬ער זאָגט אין ז ַײן האַרצן‪ :‬פֿאַרגעסן האָט גאָט;‬
  ‫ער האָט פֿאַרבאָרגן ז ַײן פּנים‪ ,‬ער װעט אױף אײביק ניט זען‪.‬‬

                ‫‪ 12‬שטײ אױף יהוה‪ ,‬גאָט‪ ,‬הײב אױף ד ַײן האַנט‪,‬‬
                           ‫זאָלסט ניט פֿאַרגעסן די געדריקטע‪.‬‬

                       ‫‪ 13‬פֿאַר װאָס לעסטערט דער ָרשע גאָט‪,‬‬
                         ‫זאָגט אין ז ַײן האַרצן‪ :‬דו מאָנסט ניט?‬

   ‫‪ 14‬דו האָסט געזען; װאָרום דו קוקסט צו ל ַײד און קומער‪,‬‬
                          ‫כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט ד ַײן האַנט‪.‬‬

               ‫‪ 15‬אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער‪,‬‬
                        ‫דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער‪.‬‬
                            ‫צעברעך דעם אָרעם פֿון דעם ָרשע‪,‬‬
                        ‫און ב ַײם שלעכטן זאָלסטו זוכן ז ַײן בײז‬
                                   ‫ביז װעסט מער ניט געפֿינען‪.‬‬

                      ‫‪ 16‬גאָט איז אַ מלך אײביק און שטענדיק‪,‬‬
                       ‫די פֿעלקער גײען אונטער פֿון ז ַײן לאַנד‪.‬‬

 ‫‪ 17‬דאָס קרעכצן פֿון די פֿאַרליטענע האָסטו צוגעהערט‪ ,‬גאָט;‬
                ‫פֿעסטיקסט זײער האַרץ‪ ,‬נ ַײגסט צו ד ַײן אױער;‬
              ‫‪ 18‬צו טאָן רעכט דעם יתום און דעם געדריקטן;‬

           ‫אַז קײן מענטש פֿון דער ערד זאָל מער ניט שרעקן‪.‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16