Page 16 - Thilim
P. 16

‫תּהלים‬

                 ‫פֿאַרנעם מ ַײן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט‪.‬‬
                     ‫‪ 2‬פֿון פֿאַר דיר זאָל מ ַײן משפּט אַרױסגײן‪,‬‬
                            ‫ד ַײנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט‪.‬‬
                                ‫‪ 3‬האָסט געפּרוּװט מ ַײן האַרץ‪,‬‬
                                  ‫האָסט נאָכגעזוכט ב ַײ נאַכט‪,‬‬
                      ‫האָסט מיך געל ַײטערט‪ ,‬און ניט געפֿונען‬

         ‫איך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף ניט אַריבער מ ַײן מױל‪.‬‬
                                    ‫‪ 4‬אין מעשׂים פֿון מענטשן‪,‬‬

                        ‫האָב איך‪ ,‬לױטן װאָרט פֿון ד ַײנע ליפּן‪,‬‬
                   ‫מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרש ַײטן‪.‬‬
           ‫‪ 5‬מ ַײנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן ד ַײנע שטעגן‪,‬‬

                     ‫ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מ ַײנע פֿיס‪.‬‬

‫‪ 6‬איך האָב דיך גערופֿן‪ ,‬װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן‪ ,‬גאָט;‬
                   ‫נ ַײג ד ַײן אױער צו מיר‪ ,‬הער צו מ ַײן װאָרט‪.‬‬

           ‫‪ 7‬מאַך װוּנדערלעך ד ַײנע חסדים‪ ,‬דו װאָס העלפֿסט‬
      ‫די װאָס שיצן זיך פֿון אָנפֿאַלער אין ד ַײן רעכטער האַנט‪.‬‬

                        ‫‪ 8‬היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג‪,‬‬
         ‫אין שאָטן פֿון ד ַײנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן‬

                           ‫‪ 9‬פֿון די ר ָשעים װאָס באַרױבן מיך‪,‬‬
            ‫מ ַײנע ָשׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום‪.‬‬

                    ‫‪ 10‬זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן‪,‬‬
                          ‫מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק‪.‬‬

‫‪ 11‬אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט‪,‬‬
       ‫זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נ ַײגן צו דער ערד‪.‬‬
      ‫‪ 12‬ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן‪,‬‬
            ‫און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן‪.‬‬

      ‫‪ 13‬שטײ אױף‪ ,‬גאָט‪ ,‬גײ אים אַקעגן‪ ,‬װאַרף אים אַנידער‪,‬‬
     ‫מאַך אַנטרינען מ ַײן זעל פֿון דעם ָרשע מיט ד ַײן שװערד‪,‬‬

                      ‫‪ 14‬פֿון מענטשן‪ ,‬גאָט‪ ,‬מיט ד ַײן האַנט –‬
 ‫פֿון מענטשן פֿון דער װעלט‪ ,‬װאָס זײער חלק איז ב ַײם לעבן‪,‬‬

                     ‫און מיט ד ַײן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך;‬
                                    ‫זאַט ז ַײנען זײערע קינדער‪,‬‬

                      ‫און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע‪.‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21