Page 20 - Thilim
P. 20
תּהלים
צו גאָט – און ער האָט זײ ניט געענטפֿערט.
43און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿאַרן װינט,
װי גאַסנקױט זײ אַרױסגעװאָרפֿן.
44האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון פֿאָלק,
האָסט מיך געמאַכט פֿאַר דעם קאָפּ פֿון די אומות;
אַ פֿאָלק װאָס איך קען ניט טוט מיר דינען,
45פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן ז ַײ מיר;
די קינדער פֿון פֿרעמדן גײען א ַײן פֿאַר מיר.
46די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט,
און זײ קומען ציטערנדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.
47עס לעבט יהוה ,און געלױבט איז מ ַײן פֿעלדז,
און דערהױבן איז דער גאָט פֿון מ ַײן הילף;
48דער גאָט װאָס גיט מיר נקמות
און אונטערטעניקט די אומות אונטער מיר.
49ער מאַכט מיך אַנטרינען פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט;
יאָ ,איבער מ ַײנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך,
פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.
50דרום לױב איך דיך ,גאָט ,צװישן די פֿעלקער,
און צו ד ַײן נאָמען טו איך זינגען.
51ער גרײסט די ישועות פֿון ז ַײן מלך,
און ער טוט ֶחסד מיט ז ַײן געזאַלבטן,
מיט ָד ִודן און מיט ז ַײן זאָמען ביז אײביק.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן.
2די הימלען דערצײלן דעם כּבֿוד פֿון גאָט,יט
און די װערק פֿון ז ַײנע הענט זאָגט דער הימלװעלב אָן.
3אַ טאָג צו אַ טאָג רעדט אַ װאָרט,
און אַ נאַכט צו אַ נאַכט גיט צו װיסן,
4ניטאָ אַ װאָרט און ניטאָ קײן געשעענישן,
װוּ זײער װידערָ -קול װערט ניט געהערט;
5איבער דער גאַנצער ערד גײט אַרױס זײער קלאַנג,
און ביז עק װעלט זײערע רײד.
פֿאַר דער זון האָט ער געמאַכט אַ געצעלט אין זײ;