Page 22 - Thilim
P. 22
תּהלים
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן.כ
2גאָט װעט דיר ענטפֿערן אין טאָג פֿון נױט,
דיך װעט שטאַרקן דער נאָמען פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ.
3ער װעט שיקן ד ַײן הילף פֿון הײליקטום,
און פֿון ִציון װעט ער דיך אונטערלענען.
4ער װעט אַכטן אױף אַלע ד ַײנע שפּ ַײזאָפּפֿער,
און דאָס פֿעטס פֿון ד ַײן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמעןֶ .ס ָלה.
5ער װעט דיר געבן לױט ד ַײן האַרצן,
און ד ַײן יעטװעדער באַראָט װעט ער דערפֿילן.
6מיר װעלן זינגען אין ד ַײן ישועה,
און אין נאָמען פֿון אונדזער גאָט װעלן מיר אַ פֿאָן הײבן;
גאָט װעט דערפֿילן אַלע ד ַײנע פֿאַרלאַנגען.
7אַצונד װײס איך אַז גאָט העלפֿט ז ַײן געזאַלבטן,
ער װעט אים ענטפֿערן פֿון ז ַײן הײליקן הימל,
מיט די באַהילפֿיקע גבֿורות פֿון ז ַײן רעכטער האַנט.
8די מיט ר ַײטװעגן ,און די מיט פֿערד,
אָבער מיר װעלן דערמאָנען דעם נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט.
9זײ בײגן זיך און פֿאַלן,
און מיר הײבן זיך און שטעלן זיך װידער.
העלף דו ,גאָט!
10זאָל דער קיניג אונדז ענטפֿערן אין טאָג װאָס מיר רופֿן.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן.
2גאָט ,מיט ד ַײן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך,כא
און מיט ד ַײן הילף װי זײער לוסטיק איז ער!
3דעם באַגער פֿון ז ַײן האַרצן האָסטו אים געגעבן,
און דעם פֿאַרלאַנג פֿון ז ַײנע ליפּן האָסטו ניט פֿאַרמיטןֶ .ס ָלה.
4װאָרום דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס,
טוסט אָן אױף ז ַײן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן.
5לעבן האָט ער געבעטן ב ַײ דיר ,האָסטו אים געגעבן;
אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק.
6גרױס איז ז ַײן כּבֿוד דורך ד ַײן הילף,
גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף.
7װאָרום דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק,