Page 21 - Thilim
P. 21
תּהלים
6און ער גײט אַרױס װי אַ חתן פֿון ז ַײן קאַמער.
ער פֿרײט זיך װי אַ ִגבור צו לױפֿן דעם װעג.
7פֿון עק פֿון די הימלען איז ז ַײן אױסגאַנג,
און ז ַײן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן,
און ניטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון ז ַײן היץ.
8די תּורה פֿון גאָט איז גאַנץ,
זי דערקװיקט די זעל;
דער אָנזאָג פֿון גאָט איז זיכער,
ער מאַכט קלוג דעם נאַרן.
9די באַפֿעלן פֿון גאָט ז ַײנען רעכטפֿאַרטיק,
זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ;
דאָס געבאָט פֿון גאָט איז לױטער,
עס מאַכט ליכטיק די אױגן.
10די מורא פֿאַר גאָט איז רײן,
זי באַשטײט אױף אײביק;
די משפּטים פֿון גאָט ז ַײנען אמת,
זײ ז ַײנען אַלע גערעכט;
11זײ ז ַײנען גלוסטיקער פֿון גאָלד,
און פֿון גינגאָלד אַ סך,
און זיסער פֿון האָניק,
און טריפֿהאָניק.
12אױך ד ַײן קנעכט װערט געװאָרנט אין זײ;
אין היטן זײ איז גרױס שׂ ַכר פֿאַראַן.
13פֿאַרזעען װער קען מערקן?
פֿון פֿאַרבאָרגענע טו מיך רײניקן.
14אױך פֿאַרמ ַײד ד ַײן קנעכט פֿון מוטװיליקע,
זײ זאָלן ניט געװעלטיקן איבער מיר;
דענצמאָל װעל איך גאַנץ ז ַײן,
און װעל רײן ז ַײן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.
15זאָלן ז ַײן צו באַװיליקונג די װערטער פֿון מ ַײן מױל,
און די טראַכטונג פֿון מ ַײן האַרצן פֿאַר דיר,
גאָט מ ַײן פֿעלדז ,און מ ַײן דערלײזער.