Page 18 - Thilim
P. 18

‫תּהלים‬

                          ‫און געשװעבט אױף פֿליגלען פֿון װינט‪.‬‬
           ‫‪ 12‬ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש ז ַײן באַהעלטעניש‪,‬‬

                                           ‫ז ַײן ב ַײדל אַרום אים –‬
                        ‫אַ חושך פֿון װאַסערן‪ ,‬װאָלקנס געדיכטע‪.‬‬
   ‫‪ 13‬פֿון דעם שימער פֿאַר אים ז ַײנען ז ַײנע װאָלקנס צעגאַנגען‬

                                        ‫אין האָגל און פֿ ַײערקױלן‪.‬‬
                           ‫‪ 14‬און געדונערט אין הימל האָט גאָט‪,‬‬
                ‫און דער העכסטער האָט אַרױסגעלאָזט ז ַײן ָקול‪,‬‬

                                       ‫מיט האָגל און פֿ ַײערקױלן‪.‬‬
   ‫‪ 15‬און ער האָט אַרױסגעשיקט ז ַײנע פֿ ַײלן און זײ צעשפּרײט‪,‬‬

                         ‫און בליצן געשאָסן‪ ,‬און זײ פֿאַרטומלט‪.‬‬
               ‫‪ 16‬און די גראָבנס פֿון װאַסערן האָבן זיך באַװיזן‪,‬‬
 ‫און די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט ז ַײנען אַנטפּלעקט געװאָרן‪,‬‬

                                          ‫פֿון ד ַײן אָנגעשרײ‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                                ‫פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון ד ַײן נאָז‪.‬‬

    ‫‪ 17‬ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען‪,‬‬
                          ‫מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע‪.‬‬

          ‫‪ 18‬ער האָט מיך מציל געװען פֿון מ ַײן מאַכטיקן פֿ ַײנט‪,‬‬
‫און פֿון מ ַײנע ָשׂונאים‪ ,‬װען זײ ז ַײנען געװען שטאַרקער פֿון מיר‪.‬‬

       ‫‪ 19‬זײ ז ַײנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מ ַײן בראָך‪,‬‬
                          ‫אָבער גאָט איז מיר צום אָנלען געװען‪.‬‬

        ‫‪ 20‬און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש‪,‬‬
                  ‫מיך אַרױסגעצױגן‪ ,‬װ ַײל ער האָט מיך באַגערט‪.‬‬

           ‫‪ 21‬גאָט האָט מיר פֿאַרגאָלטן לױט מ ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
  ‫לױט דער רײנקײט פֿון מ ַײנע הענט האָט ער מיר אומגעקערט‪.‬‬

                   ‫‪ 22‬װאָרום איך האָב געהיט די װעגן פֿון יהוה‪,‬‬
                             ‫און ניט פֿאַרבראָכן אַקעגן מ ַײן גאָט‪.‬‬

                   ‫‪ 23‬װאָרום אַלע ז ַײנע געזעצן ז ַײנען פֿאַר מיר‪,‬‬
                        ‫און ז ַײנע חוקים טו איך ניט אָפּ פֿון מיר‪.‬‬
                             ‫‪ 24‬און איך בין געװען צו אים גאַנץ‪,‬‬
                         ‫און האָב מיך געהיט פֿון מ ַײן זינדיקײט‪.‬‬

   ‫‪ 25‬דרום האָט מיר גאָט אומגעקערט לױט מ ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
            ‫לױט דער רײנקײט פֿון מ ַײנע הענט פֿאַר ז ַײנע אױגן‪.‬‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23