Page 14 - Thilim
P. 14

‫תּהלים‬

                       ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון ָד ִודן‪.‬‬

‫דער נידערטרעכטיקער זאָגט אין ז ַײן האַרצן‪ :‬ניטאָ קײן גאָט!יד‬
                   ‫פֿאַרדאָרבן ז ַײנען זײ‪ ,‬אומװערדיק באַגײען זײ זיך‪,‬‬
                                          ‫קײנער טוט ניט קײן גוטס‪.‬‬
             ‫‪ 2‬גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער‪,‬‬
            ‫צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט גאָט‪.‬‬
            ‫‪ 3‬איטלעכער איז אָפּגעקערט‪ ,‬אַלע ז ַײנען זײ פֿאַרדאָרבן‪,‬‬
                     ‫קײנער טוט ניט קײן גוטס‪ ,‬ניט צו מאָל אײנער‪.‬‬
             ‫‪ 4‬פֿאַר װאָר‪ ,‬דערשפּירן װעלן אַלע טוער פֿון אומרעכט‪,‬‬
                         ‫די װאָס עסן מ ַײן פֿאָלק װי מע עסט ברױט‪,‬‬
                                               ‫די װאָס רופֿן ניט גאָט‪.‬‬

                                         ‫‪ 5‬אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט‪,‬‬
                            ‫װאָרום גאָט איז מיט דעם גערעכטן ָדור‪.‬‬
                   ‫‪ 6‬די טראַכטונג פֿון אָרימאַן מאַכט איר צו שאַנד‪,‬‬

                                       ‫אָבער גאָט איז ז ַײן באַשיצונג‪.‬‬

                         ‫‪ 7‬װען קומט פֿון ִציון די ישועה פֿון ישׂראל!‬
             ‫װען גאָט קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬

                    ‫װעט לוסטיק ז ַײן יעקבֿ‪ ,‬װעט זיך פֿרײען ישׂראל‪.‬‬

               ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬טו‬

                    ‫גאָט‪ ,‬װער קען װױנען אין ד ַײן געצעלט?‬
                              ‫װער קען רוען אױף ד ַײן הײליקן באַרג?‬

                     ‫‪ 2‬דער װאָס גײט ערלעך און טוט גערעכטיקײט‪,‬‬
                                     ‫און רעדט אמת אין ז ַײן האַרצן;‬

                          ‫‪ 3‬ניט געטראָגן קײן רכילות אױף ז ַײן צונג‪,‬‬
                                       ‫ניט געטאָן ז ַײן חבֿר קײן ָרעה‪,‬‬

                        ‫און ניט פֿאַרליטן קײן שאַנד אױף ז ַײן נאָנטן;‬
                            ‫‪ 4‬דער ִנבֿזה איז פֿאַראַכט אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬
                               ‫און די גאָטספֿאָרכטיקע גיט ער כּבֿוד;‬

                 ‫ער האָט געשװאָרן זיך צום בײזן‪ ,‬און ענדערט ניט;‬
                       ‫‪ 5‬ז ַײן געלט האָט ער ניט געגעבן אױף צינדזן‪,‬‬
   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19