Page 17 - Thilim
P. 17

‫תּהלים‬

                   ‫‪ 15‬איך אָבער װעל זען ד ַײן פּנים אין גערעכטיקײט‪,‬‬
                   ‫איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאָר מיט ד ַײן געשטאַלט‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון גאָט‪ ,‬פֿון‬

‫ָד ִודן‪ ,‬װאָס האָט גערעדט צו גאָט די װערטער פֿון דעםיח‬

‫דאָזיקן געזאַנג אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט אים מציל געװען פֿון‬
‫דער האַנט פֿון אַלע ז ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬און פֿון דער מאַכט פֿון ָשאולן‪ 2 .‬און‬

                                                      ‫ער האָט געזאָגט‪:‬‬

                              ‫איך האָב דיך ליב‪ ,‬יהוה מ ַײן שטאַרקײט;‬
                             ‫‪ 3‬גאָט איז מ ַײן פֿעלדז און מ ַײן פֿעסטונג‪,‬‬

                                   ‫און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען‪.‬‬
                 ‫מ ַײן גאָט איז מ ַײן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים‪,‬‬
                 ‫מ ַײן שילד און דער האָרן פֿון מ ַײן הילף‪ ,‬מ ַײן טורעם‪.‬‬

                                         ‫‪ 4‬איך רוף‪ :‬געלױבט איז יהוה!‬
                               ‫און פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט װער איך געהאָלפֿן‪.‬‬

                         ‫‪ 5‬אַרומגערינגלט האָבן מיך שטריק פֿון טױט‪,‬‬
                       ‫און ט ַײכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן‪.‬‬
                  ‫‪ 6‬שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגעקניפּט‪,‬‬

                             ‫אַקעגנגעקומען ז ַײנען מיר נעצן פֿון טױט‪.‬‬
                             ‫‪ 7‬האָב איך אין מ ַײן נױט גערופֿן צו יהוה‪,‬‬

                                   ‫און צו מ ַײן גאָט האָב איך געשר ִיען;‬
                           ‫האָט ער געהערט פֿון ז ַײן טעמפּל מ ַײן ָקול‪,‬‬
             ‫און מ ַײן געשרײ פֿאַר אים איז געקומען אין ז ַײנע אױערן‪.‬‬
                     ‫‪ 8‬און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד‪,‬‬
                    ‫און די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג האָבן געציטערט;‬

                               ‫זיך געשאָקלט‪ ,‬װ ַײל ער האָט געצערנט‪.‬‬
                               ‫‪ 9‬אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין ז ַײן נאָז‪,‬‬
                            ‫און פֿון ז ַײן מױל האָט אַ פֿ ַײער פֿאַרצערט;‬

                                        ‫קױלן האָבן געברענט פֿון אים‪.‬‬
                    ‫‪ 10‬און ער האָט גענ ַײגט דעם הימל און גענידערט‪,‬‬

                                       ‫מיט אַ נעבל אונטער ז ַײנע פֿיס‪.‬‬
                     ‫‪ 11‬און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן‪,‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22