Page 15 - Thilim
P. 15
תּהלים
און שוחד קעגן אַן אומשולדיקן ניט גענומען;
דער װאָס טוט דאָס װעט קײן מאָל ניט אומפֿאַלן.
1אַ ִמכ ָתּם פֿון ָד ִודן.טז
באַהיט מיך ,גאָט,
װאָרום איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
2האָסט געזאָגט צו גאָט :מ ַײן האַר ביסטו,
מ ַײן גוטס איז בלױז ב ַײ דיר.
3די הײליקע װאָס ז ַײנען אױף דער ערד,
זײ ז ַײנען די פֿירשטן װאָס אַל מ ַײן באַגער איז צו זײ.
4זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס א ַײלן צו אַן אַנדערן; איך װעל ניט
גיסן זײערע גיסאָפּפֿער פֿון בלוט,
און ניט נעמען זײערע נעמען אױף מ ַײנע ליפּן.
5גאָט איז מ ַײן באַשערטער טײל און מ ַײן בעכער;
דו האַלטסט אױף מ ַײן גורל.
6חלקים ז ַײנען מיר צוגעפֿאַלן ליבלעכע,
יאָ ,אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען.
7איך לױב גאָט ,װאָס ער האָט מיר געראָטן,
יאָ ,אין די נעכט האָבן מיך מ ַײנע נירן געלערנט.
8איך האַלט גאָט פֿאַר מיר תּמיד,
װאָרום אַז ער איז ב ַײ מ ַײן רעכטער האַנט ,װעל איך ניט אומפֿאַלן.
9דרום איז פֿרײלעך מ ַײן האַרץ ,און לוסטיק מ ַײן זעל,
אױך מ ַײן ל ַײב רוט אין זיכערקײט.
10װאָרום װעסט ניט איבערלאָזן מ ַײן זעל צו דער אונטערערד,
װעסט ניט לאָזן ד ַײן פֿרומען זען די גרוב.
11װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;
אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר ד ַײן פּנים,
תּענוגים אין ד ַײן רעכטער האַנט אײביק.
1אַ תּפֿילה פֿון ָד ִודן.יז
הער צו ,גאָט ,גערעכטיקײט,
האָרך צו מ ַײן געשרײ,