Page 19 - Thilim
P. 19

‫תּהלים‬

              ‫‪ 26‬מיט דעם גענאָדיקן װ ַײזטו זיך גענאָדיק‪,‬‬
                ‫מיט דעם ערלעכן מאַן װ ַײזטו זיך ערלעך‪.‬‬
                      ‫‪ 27‬מיט דעם רײנעם װ ַײזטו זיך רײן‪,‬‬

             ‫און מיט דעם קרומען װ ַײזטו זיך פֿאַרדרײט‪.‬‬
            ‫‪ 28‬װאָרום דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן‪,‬‬

                           ‫און הױכע אױגן דערנידערסטו‪.‬‬
                 ‫‪ 29‬װאָרום דו מאַכסט ל ַײכטן מ ַײן ליכט;‬
               ‫יהוה מ ַײן גאָט באַש ַײנט מ ַײן פֿינצטערניש‪.‬‬
              ‫‪ 30‬װאָרום מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה‪,‬‬
         ‫און מיט מ ַײן גאָט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער‪.‬‬

                             ‫‪ 31‬גאָט – ז ַײן װעג איז גאַנץ;‬
                    ‫דאָס װאָרט פֿון יהוה איז געל ַײטערט;‬
       ‫ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים‪.‬‬

                  ‫‪ 32‬װאָרום װער איז גאָט אױסער יהוה?‬
                  ‫און װער אַ פֿעלדז אחוץ אונדזער גאָט?‬
         ‫‪ 33‬דער גאָט װאָס באַגורט מיך מיט שטאַרקײט‪,‬‬

                                ‫און מאַכט גל ַײך מ ַײן װעג‪.‬‬
               ‫‪ 34‬ער מאַכט מ ַײנע פֿיס גל ַײך װי די הינדן‪,‬‬
               ‫און אױף מ ַײנע הײכן טוט ער מיך שטעלן‪.‬‬

                   ‫‪ 35‬ער לערנט מ ַײנע הענט צו מלחמה‪,‬‬
       ‫און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מ ַײנע אָרעמס‪.‬‬
     ‫‪ 36‬און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון ד ַײן הילף‪,‬‬

                ‫און ד ַײן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער‪,‬‬
                       ‫און ד ַײן מילדקײט טוט מיך גרײסן‪.‬‬

        ‫‪ 37‬האָסט דערברײטערט מ ַײן טריט אונטער מיר‪,‬‬
       ‫און ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מ ַײנע קנעכלעך‪.‬‬
     ‫‪ 38‬איך האָב געיאָגט מ ַײנע פֿ ַײנט און זײ דערגרײכט‪,‬‬
    ‫און זיך ניט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט‪.‬‬
  ‫‪ 39‬איך האָב זײ צעהאַקט‪ ,‬אַז זײ קענען ניט אױפֿשטײן;‬

                     ‫זײ ז ַײנען געפֿאַלן אונטער מ ַײנע פֿיס‪.‬‬
‫‪ 40‬און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה‪,‬‬

         ‫האָסט געבײגט מ ַײנע קעגנשטײער אונטער מיר‪.‬‬
 ‫‪ 41‬און מ ַײנע פֿ ַײנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר‪,‬‬

              ‫און מ ַײנע ָשׂונאים‪ ,‬זײ האָב איך פֿאַרשניטן‪.‬‬
 ‫‪ 42‬זײ האָבן געשר ִיען‪ ,‬און קײן העלפֿער איז ניט געװען‪,‬‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24