Page 24 - Thilim
P. 24
תּהלים
9זאָל ער זיך אַרױפֿלײגן אױף גאָט ,ער זאָל אים דערלײזן,
אים מציל ז ַײן ,אױב ער טוט אים באַגערן.
10פֿאַר װאָר ,דו האָסט מיך אַרױסגעצױגן פֿון מוטערל ַײב,
מיך פֿאַרזיכערט אױף מ ַײן מוטערס ברוסט.
11אױף דיר בין איך אַרױפֿגעװאָרפֿן פֿון געבערמוטער אָן,
פֿון מ ַײן מוטערל ַײב אָן ביסט דו מ ַײן גאָט.
12ניט דערװ ַײטער זיך פֿון מיר ,װאָרום די נױט איז נאָנט,
װאָרום ניטאָ װער זאָל העלפֿן.
13אַרומגערינגלט האָבן מיך אָקסן פֿיל,
בולן פֿון בשן ז ַײנען מיך באַפֿאַלן אַרום.
14זײ האָבן אױפֿגעשפּאַרט זײער מױל אױף מיר,
װי אַ לײב װאָס פֿאַרצוקט און ברומט.
15װי װאַסער בין איך צערונען געװאָרן,
און אַלע מ ַײנע בײנער האָבן זיך צעשאָטן;
מ ַײן האַרץ איז געװאָרן װי װאַקס,
צעגאַנגען אין מ ַײנע אינגעװײד.
16אױסגעטריקנט װי אַ שאַרבן איז מ ַײן כּוח,
און מ ַײן צונג איז צוגעקלעפּט צו מ ַײן גומען;
און אין דעם שטױב פֿון טױט טוסטו מיך לײגן.
17װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך הינט,
אַ באַנדע שלעכטסטוער האָט מיך אַרומגענומען,
װי אַ לײב – מ ַײנע הענט און מ ַײנע פֿיס.
18איך קען איבערצײלן אַלע מ ַײנע בײנער;
זײ גלאָצן ,זײ קוקן אױף מיר.
19זײ צעטײלן מ ַײנע בגדים צװישן זיך,
און אױף מ ַײן מלבוש װאַרפֿן זײ גורל.
20אָבער דו גאָט ,זאָלסט זיך ניט דערװ ַײטערן,
מ ַײן שטאַרקײט ,א ַײל מיר צו הילף.
21ז ַײ מציל פֿון שװערד מ ַײן זעל,
פֿון דער מאַכט פֿון הונט מ ַײן אײנאײנציקע.
22העלף מיך פֿון דעם לײבס מױל,
און פֿון די הערנער פֿון װיזלטירן זאָלסטו מיר ענטפֿערן.
23איך װעל דערצײלן ד ַײן נאָמען צו מ ַײנע ברידער,
אין געזעמל װעל איך דיך לױבן: