Page 28 - Thilim
P. 28
תּהלים
זאָלסטו פֿאַרגעבן מ ַײן זינד ,װאָרום זי איז גרױס.
12װער נאָר אַ מאַן װאָס פֿאָרכט גאָט,
װעט ער אים װ ַײזן דעם װעג װאָס ער זאָל װײלן.
13ז ַײן זעל װעט רוען אין גוטס,
און ז ַײן זאָמען װעט אַרבן דאָס לאַנד.
14גאָטס פֿאַרטרױטקײט איז מיט די װאָס פֿאָרכטן אים,
און ז ַײן בונד ,כּדי זײ צו לערנען.
15מ ַײנע אױגן ז ַײנען תּמיד צו גאָט,
װאָרום ער ציט אַרױס פֿון נעץ מ ַײנע פֿיס.
16קער זיך צו מיר ,און ל ַײטזעליק מיך,
װאָרום עלנד און אָרים בין איך.
17די צרות פֿון מ ַײן האַרצן האָבן זיך אױסגעברײט,
פֿון מ ַײנע דריקענישן צי מיך אַרױס.
18זע מ ַײן פּ ַײן און מ ַײן מאַטערניש,
און פֿאַרגיב אַלע מ ַײנע זינד.
19זע װי מ ַײנע ָשׂונאים ז ַײנען פֿיל,
און די אומגערעכטע פֿ ַײנטשאַפֿט װאָס זײ האָבן מיך פֿ ַײנט.
20היט מ ַײן זעל און ז ַײ מיך מציל,
לאָמיך ניט פֿאַרשעמט װערן ,װ ַײל איך שיץ מיך אין דיר.
21זאָל ערלעכקײט און רעכטפֿאַרטיקײט מיך באַהיטן,
װאָרום איך טו האָפֿן צו דיר.
22לײז אױס ,גאָט ,ישׂראל
פֿון אַלע ז ַײנע צרות.
1פֿון ָד ִודן.
טו מיר רעכט ,גאָט ,װאָרום איך בין געגאַנגען אין מ ַײןכו
ערלעכקײט,
און איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף גאָט ,זיך ניט געװאַקלט.
2פּרוּװ מיך ,גאָט ,און פּרוביר מיך,
ל ַײטער מ ַײנע נירן און מ ַײן האַרץ.
3װאָרום ד ַײן ֶחסד איז פֿאַר מ ַײנע אױגן,
און איך גײ אין ד ַײן אמת.
4איך בין ניט געזעסן מיט פֿאַלשע מענטשן,
און מיט פֿאַרשטעלטע קום איך ניט צונױף.