Page 30 - Thilim
P. 30
תּהלים
איך זאָל זיצן אין הױז פֿון גאָט
אַלע טעג פֿון מ ַײן לעבן,
צו זען די ליבלעכקײט פֿון גאָט,
און זיך צו פֿעדערן אין ז ַײן טעמפּל.
5װאָרום ער באַהאַלט מיך אין ז ַײן ב ַײדל,
אין דעם טאָג פֿון בײז,
ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון ז ַײן געצעלט,
אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.
6און אַצונד װעט זיך הײבן מ ַײן קאָפּ
איבער מ ַײנע פֿ ַײנט רונד אַרום מיר,
און איך װעל שלאַכטן אין ז ַײן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל,
איך װעל זינגען און שפּילן צו גאָט.
7הער ,גאָט ,מ ַײן ָקול – טו איך רופֿן –
און ל ַײטזעליק מיך ,און ענטפֿער מיר.
8מ ַײן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר :זוכט מ ַײן פּנים!
ד ַײן פּנים ,גאָט ,טו איך זוכן.
9זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן ד ַײן פּנים פֿון מיר,
זאָלסט ניט אָפּנ ַײגן אין צאָרן ד ַײן קנעכט;
ביסט מ ַײן הילף געװען ,זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן,
און זאָלסט מיך ניט פֿאַרלאָזן ,גאָט פֿון מ ַײן ישועה.
10אַפֿילו מ ַײן פֿאָטער און מ ַײן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן,
װעט אָבער גאָט מיך אַר ַײננעמען.
11װ ַײז מיר ,גאָט ,ד ַײן װעג,
און פֿיר מיך אין גל ַײכן שטעג,
פֿון װעגן מ ַײנע לױערער.
12זאָלסט מיך ניט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט;
װאָרום פֿאַלשע עדות ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר,
און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט.
13װען איך װאָלט ניט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון גאָט,
אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע! –
14האָף צו גאָט ,ז ַײ שטאַרק,
און זאָל פֿעסט ז ַײן ד ַײן האַרץ;
יאָ ,האָף צו גאָט.