Page 34 - Thilim
P. 34
תּהלים
און פֿון ד ַײן נאָמען װעגן זאָלסטו מיך פֿירן און מיך באַלײטן.
5זאָלסט מיך אַרױסצִיען פֿון דער נעץ װאָס זײ האָבן מיר
אונטערגעלײגט,
װאָרום דו ביסט מ ַײן באַשיצונג,
6אין ד ַײן האַנט גיב איך איבער מ ַײן ג ַײסט;
װעסט מיך אױסלײזן ,יהוה ,דו גאָט געטר ַײער.
7איך האָב פֿ ַײנט די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן,
װאָרום איך האָב מיך אױף גאָט פֿאַרזיכערט.
8איך פֿרײ זיך און בין לוסטיק מיט ד ַײן ֶחסד,
װאָרום האָסט געזען מ ַײן פּ ַײן,
האָסט געמערקט די צרות פֿון מ ַײן זעל.
9און האָסט מיך ניט איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿונעם
פֿ ַײנט;
האָסט געשטעלט מ ַײנע פֿיס אין דערברײטערניש.
10ל ַײטזעליק מיך ,גאָט ,װאָרום מיר איז ענג,
מאַט געװאָרן פֿון ערגערניש איז מ ַײן אױג,
מ ַײן זעל און מ ַײן ל ַײב.
11װאָרום פֿאַרגאַנגען איז אין קומער מ ַײן לעבן,
און מ ַײנע יאָרן אין זיפֿצעניש;
אָפּגעפֿאַלן פֿון װעגן מ ַײנע זינד איז מ ַײן כּוח,
און מ ַײנע בײנער ז ַײנען מאַט געװאָרן.
12פֿון װעגן אַלע מ ַײנע פֿ ַײנט בין איך געװאָרן צו חרפּה,
און ב ַײ מ ַײנע שכנים ,ביז גאָר,
און אַ גרױל ב ַײ מ ַײנע באַקאַנטע;
די װאָס זעען מיך אין גאַס ,װ ַײכן פֿון מיר.
13איך בין פֿאַרגעסן געװאָרן װי אַ טױטער אױסן האַרצן,
איך בין געװאָרן װי אַ פֿאַרדאָרבן געפֿעס.
14װאָרום איך האָב געהערט דאָס גערײד פֿון פֿיל –
אַ שרעק רונד אַרום;
אַז זײ ֵעצהן זיך מיט אַנאַנדער אױף מיר,
טראַכטן זײ מ ַײן לעבן צו נעמען.
15אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דיר ,יהוה,
איך זאָג :מ ַײן גאָט ביסט דו.
16אין ד ַײן האַנט ז ַײנען מ ַײנע צ ַײטן,
ז ַײ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט,