Page 29 - Thilim
P. 29

‫תּהלים‬

‫‪ 5‬איך האָב פֿ ַײנט דאָס געזעמל פֿון שלעכטסטוער‪,‬‬
                 ‫און מיט ר ָשעים טו איך ניט זיצן‪.‬‬

             ‫‪ 6‬איך װאַש אין רײנקײט מ ַײנע הענט‪,‬‬
                 ‫און איך גײ אַרום ד ַײן מזבח‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                 ‫‪ 7‬צו לאָזן הערן אַ ָקול פֿון דאַנק‪,‬‬

              ‫און צו דערצײלן אַלע ד ַײנע װוּנדער‪.‬‬

     ‫‪ 8‬גאָט‪ ,‬איך האָב ליב די װױנונג פֿון ד ַײן הױז‪,‬‬
       ‫און דעם אָרט פֿון דער רוּונג פֿון ד ַײן כּבֿוד‪.‬‬

     ‫‪ 9‬זאָלסט ניט א ַײנטאָן מיט זינדיקע מ ַײן זעל‪,‬‬
                 ‫און מיט בלוטיקע ל ַײט מ ַײן לעבן‪,‬‬

        ‫‪ 10‬װאָס אין זײערע הענט איז ליסטיקײט‪,‬‬
                  ‫און זײער רעכטע איז פֿול שוחד‪.‬‬

            ‫‪ 11‬אָבער איך גײ אין מ ַײן ערלעכקײט;‬
                ‫לײז מיך אױס‪ ,‬און ל ַײטזעליק מיך‪.‬‬

              ‫‪ 12‬װען מ ַײן פֿוס שטײט אױף גל ַײכן‪,‬‬
                ‫װעל איך אין געזעמלען לױבן גאָט‪.‬‬

            ‫‪ 1‬פֿון ָדִודן‪.‬כז‬

          ‫גאָט איז מ ַײן ליכט און מ ַײן הילף‪,‬‬
                ‫פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?‬
               ‫גאָט איז די פֿעסטונג פֿון מ ַײן לעבן‪,‬‬
                    ‫פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?‬

           ‫‪ 2‬אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר‬
                              ‫צו עסן מ ַײן פֿלײש –‬

                  ‫מ ַײנע דריקער און מ ַײנע פֿ ַײנט –‬
                  ‫װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן‪.‬‬
              ‫‪ 3‬אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר‪,‬‬
                 ‫װעט ניט מורא האָבן מ ַײן האַרץ;‬
             ‫אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר‪,‬‬

                    ‫בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער‪.‬‬

            ‫‪ 4‬אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון גאָט‪,‬‬
                                ‫דאָס טו איך בעטן‪:‬‬
   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34