Page 25 - Thilim
P. 25

‫תּהלים‬

                       ‫‪ 24‬איר פֿאָרכטער פֿון גאָט‪ ,‬טוט אים לױבן‪,‬‬
                          ‫אַל דער זאָמען פֿון יעקבֿ‪ ,‬גיט אים כּבֿוד‪,‬‬

            ‫און האָט מורא פֿאַר אים‪ ,‬אַל דער זאָמען פֿון ישׂראל‪.‬‬
‫‪ 25‬װאָרום ער פֿאַראַכט ניט און פֿאַראומװערדיקט ניט די פּ ַײן פֿון‬

                                                           ‫אָרימאַן‪,‬‬
                        ‫און ער פֿאַרבאָרגט ניט ז ַײן פּנים פֿון אים‪,‬‬

                           ‫און אַז ער שר ַײט צו אים‪ ,‬הערט ער צו‪.‬‬
              ‫‪ 26‬פֿון דיר װעט ז ַײן מ ַײן לױב אין אַ גרױס געזעמל;‬
   ‫איך װעל באַצאָלן מ ַײנע נדרים אַנטקעגן פֿאַר ז ַײנע פֿאָרכטער‪.‬‬

                          ‫‪ 27‬עסן װעלן די געדריקטע און זאַט ז ַײן‪,‬‬
                                ‫לױבן װעלן גאָט די װאָס זוכן אים;‬

                         ‫זאָל אױפֿלעבן א ַײער האַרץ אױף אײביק!‬
                 ‫‪ 28‬באַקלערן װעלן זיך‪ ,‬און זיך אומקערן צו גאָט‪,‬‬

                                            ‫אַלע עקן פֿון דער ערד;‬
                                       ‫און בוקן װעלן זיך פֿאַר דיר‬
                                    ‫אַלע משפּחות פֿון די פֿעלקער‪.‬‬
                                   ‫‪ 29‬װאָרום די מלוכה איז גאָטס‪,‬‬
                          ‫און ער געװעלטיקט איבער די פֿעלקער‪.‬‬
                                    ‫‪ 30‬עסן אַלע פֿעטסן פֿון לאַנד‪,‬‬
                                     ‫און זיך בוקן‪ ,‬קנ ִיען פֿאַר אים‪,‬‬
                      ‫װעלן אַלע װאָס האָבן אין שטױב גענידערט‪,‬‬
                            ‫און זײער זעל ניט דערהאַלטן געקענט‪.‬‬
                                    ‫‪ 31‬די קינדער װעלן אים דינען‪,‬‬
               ‫פֿון גאָט װעט דערצײלט װערן דעם קומעדיקן ָדור‪.‬‬
                 ‫‪ 32‬מע װעט קומען און אָנזאָגן ז ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
   ‫דעם פֿאָלק װאָס װעט געבאָרן װערן – אַז ער האָט עס געטאָן‪.‬‬

              ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬כג‬

                                     ‫גאָט איז מ ַײן פּאַסטוך‪,‬‬
                                                ‫מיר װעט ניט פֿעלן‪.‬‬

           ‫‪ 2‬אױף גראָזיקע פֿיטערפּלעצער מאַכט ער מיך הױערן‪,‬‬
                             ‫ב ַײ רוִיקע װאַסערן טוט ער מיך פֿירן‪.‬‬
                                        ‫‪ 3‬ער דערקװיקט מ ַײן זעל;‬
                                 ‫ער פֿירט מיך אין ריכטיקע שטעגן‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30