Page 26 - Thilim
P. 26

‫תּהלים‬

                                                ‫פֿון װעגן ז ַײן נאָמען‪.‬‬
                       ‫‪ 4‬אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן‪,‬‬

                                      ‫האָב איך ניט מורא פֿאַר בײז‪,‬‬
                                          ‫װאָרום דו ביסט מיט מיר;‬
                                        ‫ד ַײן שטעקן און ד ַײן אָנלען‪,‬‬
                                              ‫זײ טוען מיך טרײסטן‪.‬‬

                                     ‫‪ 5‬דו גרײטסט פֿאַר מיר אַ טיש‬
                                              ‫אַנטקעגן מ ַײנע פֿ ַײנט;‬

                              ‫האָסט באַזאַלבט מיט אײל מ ַײן קאָפּ‪,‬‬
                                            ‫מ ַײן ָכּוס לױפֿט אַריבער‪.‬‬

                          ‫‪ 6‬נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן‬
                                            ‫אַלע טעג פֿון מ ַײן לעבן‪,‬‬

                                   ‫און איך װעל זיצן אין גאָטס הױז‬
                                                   ‫אױף לאַנגע טעג‪.‬‬

               ‫‪ 1‬פֿון ָד ִודן אַ מזמור‪.‬כד‬

                       ‫גאָטס איז די ערד און איר פֿולקײט‪,‬‬
                                   ‫די װעלט און די װױנער אין איר‪.‬‬

                    ‫‪ 2‬װאָרום ער האָט זי אױף ימען געגרונטפֿעסט‪,‬‬
                                 ‫און האָט זי אױף ט ַײכן געשטעלט‪.‬‬

                    ‫‪ 3‬װער קען אַרױפֿגײן אױף דעם באַרג פֿון גאָט?‬
                         ‫און װער קען שטײן אין ז ַײן הײליקן אָרט?‬

                ‫‪ 4‬דער װאָס האָט רײנע הענט און אַ לױטער האַרץ‪,‬‬
                         ‫װאָס האָט מיך ניט דערמאָנט צום פֿאַלשן‪,‬‬
                                    ‫און ניט געשװאָרן מיט באַטרוג‪.‬‬
                                ‫‪ 5‬ער װעט קריגן אַ ברכה פֿון יהוה‪,‬‬
                             ‫און גענאָד פֿון דעם גאָט פֿון ז ַײן הילף‪.‬‬

                      ‫‪ 6‬דאָס איז דער ָדור פֿון די װאָס פֿאָרשן אים‪,‬‬
                                ‫װאָס זוכן ד ַײן פּנים אין יעקבֿ‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

‫‪ 7‬הײבט אױף‪ ,‬איר טױערן‪ ,‬א ַײערע קעפּ‪ ,‬און הײבט א ַײך אױף‪ ,‬איר‬
                                                      ‫אײביקע טירן‪,‬‬

                           ‫און זאָל אַר ַײנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט‪.‬‬
                                 ‫‪ 8‬װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31