Page 31 - Thilim
P. 31
תּהלים
1פֿון ָדִודן.כח
צו דיר ,גאָט ,טו איך רופֿן;
מ ַײן פֿעלדז ,זאָלסט ניט טױב ז ַײן צו מיר,
װאָרום אַז דו װעסט שװ ַײגן צו מיר,
װעל איך ז ַײן געגליכן צו די גענידערטע אין גרוב.
2הער דעם ָקול פֿון מ ַײן געבעט ,אַז איך שר ַײ צו דיר,
אַז איך הײב אױף מ ַײנע הענט צו ד ַײן הײליקן טעמפּל.
3זאָלסט מיך ניט אַװעקצִיען מיט די ר ָשעים,
און מיט די טוער פֿון אומרעכט,
װאָס רעדן שלום מיט זײערע חבֿרים,
און בײז איז אין זײער האַרצן.
4גיב זײ לױט זײער װערק,
און לױט דער שלעכטסקײט פֿון זײערע מעשׂים;
לױט דער טוּונג פֿון זײערע הענט גיב זײ,
קער זײ אום זײער פֿאַרגעלטונג.
5װ ַײל זײ אַכטן ניט אױף די װערק פֿון גאָט,
און אױף דער טוּונג פֿון ז ַײנע הענט,
װעט ער זײ צעשטערן און זײ ניט אױפֿבױען.
6געלױבט איז גאָט,
װאָס ער האָט געהערט דעם ָקול פֿון מ ַײנע געבעטן.
7גאָט איז מ ַײן שטאַרקײט און מ ַײן שילד,
אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מ ַײן האַרץ,
און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן.
דרום איז לוסטיק מ ַײן האַרץ,
און מיט מ ַײן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.
8גאָט איז זײ אַ שטאַרקײט,
און אַ פֿעסטונג פֿון הילף איז ער ז ַײן געזאַלבטן.
9העלף ד ַײן פֿאָלק ,און בענטש ד ַײן אַרב,
און פֿיטער זײ ,און טראָג זײ אױף אײביק.