Page 35 - Thilim
P. 35

‫תּהלים‬

                                        ‫און פֿון מ ַײנע נאָכיאָגער‪.‬‬
                       ‫‪ 17‬דערל ַײכט ד ַײן פּנים אױף ד ַײן קנעכט‪,‬‬

                                       ‫העלף מיך אין ד ַײן גענאָד‪.‬‬
                          ‫‪ 18‬גאָט‪ ,‬ניט לאָמיך פֿאַרשעמט װערן‪,‬‬
‫װאָרום איך האָב דיך גערופֿן; זאָלן פֿאַרשעמט װערן די ר ָשעים‪,‬‬
                      ‫זאָלן זײ אַנטשװיגן װערן אין אונטערערד‪.‬‬
                          ‫‪ 19‬זאָלן שטום װערן די ליפּן פֿון ליגן‪,‬‬

                               ‫װאָס רעדן אױפֿן צדיק פֿאַרש ַײט‪,‬‬
                                  ‫מיט גאװה און פֿאַראַכטעניש‪.‬‬
                                      ‫‪ 20‬װי גרױס איז ד ַײן גוטס‪,‬‬

           ‫װאָס דו האָסט באַהאַלטן פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן דיך‪,‬‬
                        ‫געמאַכט פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין דיר‬
                                      ‫אַקעגן די מענטשנקינדער!‬

     ‫‪ 21‬פֿאַרבאָרגסט זײ אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון ד ַײן פּנים‪,‬‬
                                        ‫פֿון די באַנדעס מענטשן;‬

                                    ‫באַהאַלטסט זײ אין אַ ב ַײדל‪,‬‬
                                    ‫פֿון דעם קריג פֿון די צינגער‪.‬‬
           ‫‪ 22‬געלױבט איז גאָט‪ ,‬װאָס האָט װוּנדערלעך באַװיזן‬
                ‫ז ַײן ֶחסד צו מיר אין דער באַלעגערטער שטאָט‪.‬‬
             ‫‪ 23‬און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מ ַײן האַסט‪:‬‬
                        ‫איך בין פֿאַרשניטן פֿון קעגן ד ַײנע אױגן‪.‬‬
             ‫אָבער האָסט געהערט דעם ָקול פֿון מ ַײנע געבעטן‪,‬‬
                                   ‫אַז איך האָב געשרִיען צו דיר‪.‬‬
                       ‫‪ 24‬האָט ליב גאָט‪ ,‬איר אַלע ז ַײנע פֿרומע;‬
                                  ‫די געטר ַײע טוט אָפּהיטן גאָט‪,‬‬
  ‫און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק‪.‬‬
              ‫‪ 25‬ז ַײט שטאַרק‪ ,‬און זאָל פֿעסט ז ַײן א ַײער האַרץ‪,‬‬
                                  ‫איר אַלע װאָס האָפֿט צו גאָט‪.‬‬

                             ‫‪ 1‬פֿון ָד ִודן אַ באַטראַכטונג‪.‬‬

   ‫װױל צו דעם װאָס ז ַײן פֿאַרברעך איז פֿאַרגעבן‪,‬לב‬
                                ‫װאָס ז ַײן חטא װערט פֿאַרדעקט‪.‬‬
  ‫‪ 2‬װױל צו דעם מענטשן װאָס גאָט רעכנט אים ניט קײן זינד‪,‬‬

                      ‫און אין ז ַײן ג ַײסט איז ניטאָ קײן באַטרוג‪.‬‬
   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40