Page 40 - Thilim
P. 40

‫תּהלים‬

                         ‫זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען‬
                                        ‫די װאָס טראַכטן מיר בײז‪.‬‬

                              ‫‪ 5‬זאָלן זײ ז ַײן װי שפּרײ פֿאַרן װינט‪,‬‬
                          ‫און דער מלאך פֿון גאָט זאָל זײ שטױסן‪.‬‬
                        ‫‪ 6‬זאָל זײער װעג ז ַײן חושך און גליטשיק‪,‬‬

                             ‫און דער מלאך פֿון גאָט זאָל זײ יאָגן‪.‬‬
           ‫‪ 7‬װאָרום פֿאַר אומזיסט האָבן זײ מיר אונטערגעלײגט‬

                                       ‫זײער נעץ פֿון אונטערגאַנג‪,‬‬
                  ‫פֿאַר אומזיסט האָבן זײ געגראָבן אױף מ ַײן זעל‪.‬‬

                     ‫‪ 8‬זאָל קומען אױף אים אַ בראָך אומגעריכט‪,‬‬
‫און ז ַײן נעץ װאָס ער האָט אונטערגעלײגט זאָל אים באַצװינגען;‬

                               ‫מיט שטורעם זאָל ער פֿאַלן דערין‪.‬‬
                        ‫‪ 9‬און מ ַײן זעל װעט זיך פֿרײען מיט גאָט‪,‬‬

                             ‫זי װעט לוסטיק ז ַײן מיט ז ַײן ישועה‪.‬‬
                                 ‫‪ 10‬אַלע מ ַײנע בײנער װעלן זאָגן‪:‬‬
                                             ‫װער אַזױ װי דו‪ ,‬גאָט‪,‬‬

           ‫איז מציל דעם אָרימאַן פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים‪,‬‬
   ‫יאָ‪ ,‬דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון פֿון דעם װאָס באַגזלט אים‪.‬‬

                                   ‫‪ 11‬פֿאַלשע עדות שטײען אױף‪,‬‬
                                ‫װאָס איך װײס ניט פֿרעגן זײ מיך‪.‬‬
                            ‫‪ 12‬זײ צאָלן מיר אַ ָרעה פֿאַר אַ טובֿה‪,‬‬

                                          ‫פֿאַריתומט איז מ ַײן זעל‪.‬‬
                          ‫‪ 13‬און איך‪ ,‬אַז זײ ז ַײנען קראַנק געװען‪,‬‬

                                     ‫איז מ ַײן אָנקלײד געװען זאַק‪,‬‬
                       ‫איך האָב געפּ ַײניקט מיט פֿאַסטן מ ַײן ל ַײב;‬
            ‫און מ ַײן תּפֿילה – זאָל עס אָנקומען אין מ ַײן בוזעם!‬
                      ‫‪ 14‬װי ב ַײ אַ חבֿר‪ ,‬װי ב ַײ אַ ברודער מ ַײנעם‪,‬‬

                                           ‫בין איך אַרומגעגאַנגען‪,‬‬
                                    ‫װי אין טרױער נאָך אַ מאַמען‪,‬‬
                                 ‫פֿינצטער געבױגן בין איך געװען‪.‬‬
       ‫‪ 15‬אָבער אַז איך פֿאַל‪ ,‬פֿרײען זײ זיך‪ ,‬און קל ַײבן זיך אױף;‬
            ‫עס קל ַײבן זיך אַרום מיר שלעגער װאָס איך קען ניט;‬

                                      ‫זײ ר ַײסן און הערן ניט אױף‪.‬‬
                                ‫‪ 16‬מיט פֿאַלשע רכילות‪-‬געשפּעטן‬

                                   ‫קריצן זײ אױף מיר זײערע צײן‪.‬‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45