Page 37 - Thilim
P. 37
תּהלים
1פֿרײט זיך צדיקים ,מיט גאָט,לג
שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג.
2גיט אַ דאַנק צו גאָט אױף אַ האַרף,
אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים.
3זינגט צו אים אַ נ ַײ געזאַנג,
שפּילט װױל מיט געשאַל.
4װאָרום רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון גאָט
און ז ַײן יעטװעדער טוּונג איז מיט טר ַײשאַפֿט.
5ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט,
מיט דעם ֶחסד פֿון גאָט איז פֿול די ערד.
6מיט אַ װאָרט פֿון גאָט ז ַײנען די הימלען געמאַכט געװאָרן,
און מיט אַ הױך פֿון ז ַײן מױל זײער גאַנצער חיל.
7ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים,
ער טוט אַר ַײן אין שפּ ַײכלערס די תּהומען.
8מורא פֿאַר גאָט האָט די גאַנצע ערד,
פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט.
9װאָרום ער זאָגט ,און עס געשעט,
ער באַפֿעלט ,און עס באַשטײט.
10גאָט פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער,
ער װערט די מחשבֿות פֿון די אומות.
11דער באַראָט פֿון גאָט װעט אױף אײביק באַשטײן,
די טראַכטונגען פֿון ז ַײן האַרצן אױף ָדור-דורות.
12װױל צו דעם פֿאָלק װאָס יהוה איז ז ַײן גאָט,
צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב.
13פֿון הימל לוגט גאָט,
ער זעט אַלע מענטשנקינדער;
14פֿון דעם אָרט פֿון ז ַײן װױנונג באַטראַכט ער
אַלע באַװױנער פֿון דער ערד;
15ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ,
װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים.
16אַ מלך װערט ניט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל,
אַ ִגבור װערט ניט ניצול דורך גרױס כּוח;
17אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף,
און מיט ז ַײן גרױס כּוח װעט ער ניט מאַכן אַנטרינען.
18זע ,דאָס אױג פֿון גאָט איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,