Page 42 - Thilim
P. 42

‫תּהלים‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון גאָט‪ ,‬פֿון‬

                     ‫ָד ִודן‪.‬לו‬

               ‫‪ 2‬די זינד רעדט צום ָרשע – קלער איך אין האַרצן;‬
                                ‫ניטאָ גאָטס מורא פֿאַר ז ַײנע אױגן‪.‬‬

                   ‫‪ 3‬װאָרום צופֿיל ַחנפֿעט זי אים אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬
                      ‫אַז ער זאָל קענען פֿ ַײנט האָבן ז ַײן פֿאַרברעך‪.‬‬

         ‫‪ 4‬די װערטער פֿון ז ַײן מױל ז ַײנען אומרעכט און באַטרוג‪,‬‬
                   ‫ער האָט אױפֿגעהערט פֿאַרשטײן צו טאָן גוטס‪.‬‬
                       ‫‪ 5‬אומרעכט טראַכט ער אױף ז ַײן געלעגער‪,‬‬
                                    ‫ער שטײט אױפֿן ניט גוטן װעג‪,‬‬
                                   ‫דאָס בײז װערט אים ניט נמאס‪.‬‬

                          ‫‪ 6‬גאָט‪ ,‬ביז אין די הימלען איז ד ַײן ֶחסד‪,‬‬
                                     ‫ד ַײן טר ַײשאַפֿט ביז די װאָלקן‪.‬‬

                   ‫‪ 7‬ד ַײן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג‪,‬‬
                           ‫ד ַײנע משפּטים װי דער גרױסער תּ ָהום;‬

                         ‫מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן‪ ,‬גאָט‪.‬‬
                                    ‫‪ 8‬װי ט ַײער איז ד ַײן ֶחסד‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                                   ‫און די מענטשנקינדער שיצן זיך‬
                                      ‫אין שאָטן פֿון ד ַײנע פֿליגלען‪.‬‬

                    ‫‪ 9‬זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון ד ַײן הױז‪,‬‬
           ‫און פֿון דעם ט ַײך פֿון ד ַײנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן‪.‬‬

                      ‫‪ 10‬װאָרום ב ַײ דיר איז דער קװאַל פֿון לעבן‪,‬‬
                                ‫אין ד ַײן ליכט זעען מיר ליכטיקײט‪.‬‬

                      ‫‪ 11‬צי אױס ד ַײן ֶחסד צו די װאָס קענען דיך‪,‬‬
            ‫און ד ַײן גערעכטיקײט צו די רעכטפֿאַרטיקע הערצער‪.‬‬

                 ‫‪ 12‬זאָל ניט צוקומען צו מיר דער פֿוס פֿון גאװה‪,‬‬
               ‫און די האַנט פֿון ר ָשעים זאָל מיך ניט פֿאַרװאָגלען‪.‬‬

                      ‫‪ 13‬אָן ז ַײנען געפֿאַלן די טוער פֿון אומרעכט‪,‬‬
            ‫זײ ז ַײנען אַנידערגעשטױסן‪ ,‬און קענען ניט אױפֿשטײן‪.‬‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47