Page 43 - Thilim
P. 43
תּהלים
1פֿון ָד ִודן.
זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער,לז
זאָלסט ניט מקנא ז ַײן די װאָס טוען אומרעכט.
2װאָרום גיך װי גראָז װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן,
און װי גרינע קר ַײטעכץ װעלן זײ פֿאַרװעלקט װערן.
3פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט ,און טו גוטס,
זיץ רו ִיק אין לאַנד ,און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,
4און קװיק זיך מיט גאָט,
און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון ד ַײן האַרצן.
5פֿאַרלאָז אױף גאָט ד ַײן װעג,
און פֿאַרזיכער זיך אױף אים ,און ער װעט טאָן.
6און ער װעט אַרױסברענגען װי דאָס ליכט ד ַײן גערעכטיקײט,
און ד ַײן משפּט װי דער מיטן טאָג.
7האַר צו גאָט ,און האָף צו אים,
זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף ז ַײן װעג,
װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.
8לאָז אָפּ פֿון כּעס ,און פֿאַרלאָז גרימצאָרן;
זאָלסט זיך ניט ערגערן; דאָס פֿירט בלױז צום בײזן.
9װאָרום די שלעכטסטוער װעלן פֿאַרשניטן װערן,
און די װאָס האָפֿן צו גאָט ,זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד.
10און נאָך אַ קלײן װ ַײלע ,און דער ָרשע װעט ניט ז ַײן,
און װעסט זיך אומקוקן אױף ז ַײן אָרט ,און ער איז ניטאָ.
11אָבער די געדריקטע װעלן אַרבן דאָס לאַנד,
און װעלן זיך קװיקן מיט גרױס פֿריד.
12דער ָרשע טראַכט בײז קעגן צדיק,
און ער קריצט אױף אים ז ַײנע צײן.
13גאָט לאַכט פֿון אים,
װאָרום ער זעט אַז ז ַײן טאָג װעט קומען.
14די ר ָשעים צ ִיען אַרױס די שװערד,
און שפּאַנען זײער בױגן,
צו מאַכן פֿאַלן דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון,