Page 47 - Thilim
P. 47

‫תּהלים‬

                                                    ‫‪ 17‬װאָרום איך זאָג‪:‬‬
                             ‫זאָלן זײ ניט דערפֿרײט װערן איבער מיר;‬

                                        ‫אַז מ ַײן פֿוס גליטשט זיך אױס‪,‬‬
                                              ‫גרײסן זײ זיך איבער מיר‪.‬‬

                             ‫‪ 18‬װאָרום איך בין אָנגעברײט צום פֿאַלן‪,‬‬
                             ‫און מ ַײן װײטאָג איז אַנטקעגן מיר תּמיד‪.‬‬

                                       ‫‪ 19‬װאָרום איך גיב צו מ ַײן זינד‪,‬‬
                                  ‫איך בין באַקומערט װעגן מ ַײן חטא‪.‬‬
                         ‫‪ 20‬און מ ַײנע פֿ ַײנט אום לעבן ז ַײנען שטאַרק‪,‬‬
                                ‫און פֿיל מ ַײנע ָשׂונאים פֿאַר גאָרנישט‪.‬‬
                        ‫‪ 21‬און די װאָס באַצאָלן אַ ָרעה פֿאַר אַ טובֿה‪,‬‬
                                   ‫פֿ ַײנטן מיך פֿאַר מ ַײן נאָכיאָגן גוטס‪.‬‬
                                  ‫‪ 22‬ניט פֿאַרלאָזן זאָלסטו מיך‪ ,‬יהוה‪,‬‬
                      ‫ניט דערװ ַײטערן זאָלסטו זיך פֿון מיר‪ ,‬מ ַײן גאָט‪.‬‬

                                                  ‫‪ 23‬א ַײל מיר צו הילף‪,‬‬
                                                       ‫גאָט מ ַײן ישועה‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬פֿאַר ידותון; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

     ‫‪ 2‬איך האָב געזאָגט‪ :‬איך װעל היטן מ ַײנע װעגןלט‬
                                         ‫פֿון צו זינדיקן מיט מ ַײן צונג;‬
                             ‫איך װעל האַלטן אַ שלאָס אױף מ ַײן מױל‪,‬‬
                                          ‫בעת דער ָרשע איז פֿאַר מיר‪.‬‬
                                   ‫‪ 3‬איך בין שטיל אַנטשטומט געװען‪,‬‬
                                          ‫איך האָב געשװיגן‪ ,‬אָן גוטס‪,‬‬
                            ‫און מ ַײן װײטאָג איז געװען א ַײנגעהאַלטן‪.‬‬
                               ‫‪ 4‬איז מ ַײן האַרץ אין מיר הײס געװאָרן‪,‬‬
                          ‫האָט אין מ ַײן געמיט זיך אַ פֿ ַײער צעברענט;‬
                                      ‫האָב איך גערעדט מיט מ ַײן צונג‪:‬‬
                                       ‫‪ 5‬לאָז מיך װיסן‪ ,‬גאָט‪ ,‬מ ַײן ָסוף‪,‬‬
                              ‫און די מאָס פֿון מ ַײנע טעג‪ ,‬װאָס זי איז‪,‬‬
                                     ‫לאָמיך װיסן װי פֿאַרגײִיק איך בין‪.‬‬
                        ‫‪ 6‬זע‪ ,‬װי אַ שפּאַן האָסטו געמאַכט מ ַײנע טעג‪,‬‬
                          ‫און מ ַײן געדױער איז װי גאָרנישט קעגן דיר;‬
‫פֿאַר װאָר‪ ,‬אַ בלױזער הױך װאָס באַשטײט איז איטלעכער מענטש‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52