Page 52 - Thilim
P. 52
תּהלים
6װאָס ביסטו געבױגן מ ַײן זעל,
און טוסט ברומען אין מיר?
האָף צו גאָט ,װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן
פֿאַר דער הילף פֿון ז ַײן פּנים.
7מ ַײן גאָט ,מ ַײן זעל איז געבױגן אין מיר,
װאָרום איך טו דיך דערמאָנען,
פֿון ירדן-לאַנד און די ֶחרמונס,
פֿון דעם באַרג ִמצער.
8תּ ָהום צו תּ ָהום טוט רופֿן
אין דעם ָקול פֿון ד ַײנע װאַסערפֿאַלן;
אַלע ד ַײנע אינדן און ד ַײנע װעלן
ז ַײנען אַריבער אױף מיר.
9ב ַײ טאָג באַפֿעלט גאָט ז ַײן ֶחסד,
און ב ַײ נאַכט איז ז ַײן געזאַנג מיט מיר,
אַ תּפֿילה צו דעם גאָט פֿון מ ַײן לעבן.
10איך זאָג צו גאָט מ ַײן פֿעלדז:
פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרגעסן?
פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן
פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?
11מיט רציחה אַזש אין מ ַײנע בײנער
לעסטערן מיך מ ַײנע פֿ ַײנט,
אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:
אַװוּ איז ד ַײן גאָט?
12װאָס ביסטו געבױגן מ ַײן זעל,
און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?
האָף צו גאָט ,װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן –
די הילף פֿון מ ַײן פּנים ,און מ ַײן גאָט.
1טו מיר רעכט ,גאָט ,און קריג מ ַײן קריגמג
קעגן פֿאָלק אומדערבאַרימדיק;
פֿון דעם מאַן פֿון באַטרוג און אומרעכט