Page 54 - Thilim
P. 54
תּהלים
6מיט דיר שטױסן מיר אונדזערע פֿ ַײנט,
מיט ד ַײן נאָמען צעטרעטן מיר אונדזערע קעגנשטײער.
7װאָרום ניט אױף מ ַײן בױגן פֿאַרזיכער איך מיך,
און מ ַײן שװערד קען מיך ניט העלפֿן.
8נ ַײערט דו האָסט אונדז געהאָלפֿן פֿון אונדזערע פֿ ַײנט,
און אונדזערע ָשׂונאים צו שאַנד געמאַכט.
9מיט גאָט האָבן מיר זיך גערימט אַ גאַנצן טאָג,
און ד ַײן נאָמען לױבן מיר אײביקֶ .ס ָלה.
10אָבער האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַרשעמט אונדז,
און גײסט ניט אַרױס מיט אונדזערע מחנות.
11מאַכסט אונדז צוריקגײן פֿאַרן פֿ ַײנט,
און אונדזערע ָשׂונאים רױבן זיך אָן.
12האָסט אונדז אָפּגעגעבן װי שאָף צום עסן,
און צװישן די פֿעלקער האָסטו אונדז צעשפּרײט.
13האָסט פֿאַרקױפֿט ד ַײן אומה פֿאַר שפּאָטגעלט,
און האָסט ניט הױך געשטעלט זײער מקח.
14מאַכסט אונדז צו חרפּה ב ַײ אונדזערע שכנים,
אַ געלעכטער און אַ שפּאָט ב ַײ אונדזערע אַרומיקע.
15מאַכסט אונדז פֿאַר אַ שפּריכװאָרט צװישן די פֿעלקער,
אַ קאָפּשאָקלעניש צװישן די אומות.
16אַ גאַנצן טאָג איז מ ַײן שאַנד אַנטקעגן מיר,
און די בושה פֿון מ ַײן פּנים האָט מיך באַדעקט,
17פֿון ָקול פֿון דעם לעסטערער און שענדער,
פֿון װעגן דעם פֿ ַײנט און דעם ראַכענעמער.
18דאָס אַלץ איז געקומען אױף אונדז,
אָבער מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן אָן דיר,
און ניט געלײקנט אָן ד ַײן בונד.
19ניט אָפּגעקערט אַהינטער האָט זיך אונדזער האַרץ,
אַז אונדזערע טריט זאָלן זיך אָפּנ ַײגן פֿון ד ַײן שטעג;
20הגם דו האָסט אונדז פֿאַרשטױסן אין אַן אָרט פֿון שאַקאַלן,
און אונדז איבערגעדעקט מיט טױטשאָטן.
21אױב מיר װאָלטן פֿאַרגעסן אָן דעם נאָמען פֿון אונדזער גאָט,
און אױסגעשפּרײט אונדזערע הענט צו אַ פֿרעמדן גאָט,
22װאָלט דען גאָט דאָס ניט אױספֿאָרשן?