Page 55 - Thilim
P. 55
תּהלים
װאָרום ער װײס די פֿאַרבאָרגענישן פֿון האַרצן.
23יאָ ,איבער דיר װערן מיר געהרגעט אַ גאַנצן טאָג,
מיר װערן גערעכנט װי שאָף צו דער שחיטה.
24דערװעק דיך ,פֿאַר װאָס שלאָפֿסטו ,גאָט?
װאַך אױף ,זאָלסט אונדז ניט פֿאַרלאָזן אױף אײביק.
25פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו ד ַײן פּנים,
פֿאַרגעסט אונדזער פּ ַײן און אונדזער קלעם?
26װאָרום געבױגן צום שטױב איז אונדזער זעל,
באַהעפֿט צו דער ערד איז אונדזער ל ַײב.
27שטײ אױף אונדז צו הילף,
און לײז אונדז אױס פֿון װעגן ד ַײן גענאָד.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אױף שוֹ ַשנים ,פֿון די קינדער
פֿון קֹ ַרח;מה
אַ באַטראַכטונג ,אַ געזאַנג פֿון ליבשאַפֿט.
2עס י ִירט מ ַײן האַרץ מיטן שײנעם װאָרט,
איך װעל פֿירזאָגן מ ַײנע לידער צום מלך;
מ ַײן צונג איז די פּען פֿון אַ שר ַײבער אַ פֿלינקן.
3ביסט שענער פֿון אַלע מענטשנקינדער,
חן איז אױסגעגאָסן אױף ד ַײנע ליפּן,
װ ַײל גאָט האָט דיך געבענטשט אױף אײביק.
4גורט אָן ד ַײן שװערד אױפֿן לענד ,דו ִגבור,
ד ַײן גלאַנץ און ד ַײן פּראַכט.
5און אין ד ַײן פּראַכט באַגליק ,ר ַײט אַרױס,
פֿון װעגן אמת און מילדקײט און גערעכטיקײט,
און זאָל דיר ד ַײן רעכטע האַנט פֿאָרכטיקס באַװ ַײזן.
6ד ַײנע פֿ ַײלן געשאַרפֿטע –
פֿעלקער זאָלן פֿאַלן אונטער דיר –
אין האַרצן פֿון מלכס פֿ ַײנט! 7ד ַײן טראָן איז פֿון גאָט אױף אײביק
און שטענדיק,
7ד ַײן טראָן איז פֿון גאָט אױף אײביק און שטענדיק,
אַ צעפּטער פֿון יושר איז דער צעפּטער פֿון ד ַײן מלוכה.
8האָסט ליב געהאַט גערעכטיקײט ,און פֿ ַײנט געהאַט אומרעכט,