Page 58 - Thilim
P. 58
תּהלים
6גאָט איז אױפֿגעגאַנגען מיט שאַלונג,
יהוה מיט ָקול פֿון שופֿר.
7זינגט צו גאָט ,זינגט,
זינגט צו אונדזער מלך ,זינגט.
8װאָרום גאָט איז דער מלך פֿון דער גאַנצער ערד;
זינגט מיט באַטראַכט.
9גאָט קיניגט איבער די פֿעלקער,
גאָט זיצט אױף ז ַײן הײליקן טראָן.
10די פֿירשטן פֿון די אומות האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט,
דאָס פֿאָלק פֿון דעם גאָט פֿון אבֿרהם;
װאָרום צו גאָט ז ַײנען די שילדן פֿון דער ערד,
ער איז זײער דערהױבן.
1אַ געזאַנג; אַ מזמור פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח.
2גרױס איז גאָט ,און זײער געלױבטמח
אין דער שטאָט פֿון אונדזער גאָט ,אױף ז ַײן הײליקן באַרג.
3שײן דערהײכט ,די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד,
איז דער באַרג ִציון אין די עקן פֿון צפֿון,
די שטאָט פֿון דעם גרױסן מלך.
4גאָט אין אירע פּאַלאַצן
איז באַקאַנט פֿאַר אַ פֿעסטונג.
5װאָרום זע ,מלכים האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט,
זײ ז ַײנען אַריבערגעקומען אין אײנעם.
6װי זײ האָבן געזען ,אַזױ האָבן זײ געגאַפֿט,
דערשראָקענע האָבן זײ אַװעקגעא ַײלט.
7אַ ציטערניש האָט זײ אָנגענומען דאָרטן,
אַ װײעניש װי אַ געװינערין.
8מיט אַ מזרח-װינט האָסטו צעבראָכן
די שיפֿן פֿון ַתּ ְר ִשיש.
9װי מיר האָבן געהערט ,אַזױ האָבן מיר געזען,
אין דער שטאָט פֿון יהוה פֿון צבֿאות,
אין דער שטאָט פֿון אונדזער גאָט;
גאָט זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביקֶ .ס ָלה.