Page 62 - Thilim
P. 62

‫תּהלים‬

                                ‫‪ 16‬און צום ָרשע האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                             ‫װי קומסטו צו דערצײלן מ ַײנע געזעצן‪,‬‬

                                ‫און נעמען מ ַײן בונד אױף ד ַײן מױל?‬
                                        ‫‪ 17‬אַז דו האָסט פֿ ַײנט מוסר‪,‬‬

                  ‫און האָסט געװאָרפֿן מ ַײנע װערטער הינטער דיר‪.‬‬
   ‫‪ 18‬אַז דו האָסט געזען אַ גנבֿ‪ ,‬האָסטו זיך געפֿר ַײנטלט מיט אים‪,‬‬

                              ‫און מיט נוֹאפֿים איז געװען ד ַײן טײל‪.‬‬
                        ‫‪ 19‬ד ַײן מױל האָסטו לױז געלאָזט צום בײזן‪,‬‬

                                       ‫און ד ַײן צונג פֿלעכט באַטרוג‪.‬‬
                                ‫‪ 20‬זיצסטו‪ ,‬באַרעדסטו ד ַײן ברודער‪,‬‬
                                ‫דעם זון פֿון ד ַײן מוטער באַַנװלסטו‪.‬‬
             ‫‪ 21‬דאָס האָסטו געטאָן‪ ,‬און איך האָב געזאָלט שװ ַײגן?‬
                           ‫האָסטו געדאַכט‪ ,‬ז ַײן װי דו װעל איך ז ַײן;‬
              ‫װעל איך דיך שטראָפֿן‪ ,‬און דיר לײגן פֿאַר ד ַײנע אױגן‪.‬‬
           ‫‪ 22‬מערקט דאָס אַקאָרשט‪ ,‬איר װאָס פֿאַרגעסט אָן גאָט‪,‬‬
         ‫כּדי איך זאָל ניט פֿאַרצוקן‪ ,‬און קײנער װעט ניט מציל ז ַײן‪.‬‬
                ‫‪ 23‬דער װאָס שלאַכט אַ דאַנקאָפּפֿער‪ ,‬ערלעכט מיך‪,‬‬
                              ‫אָבער דעם װאָס באַטראַכט דעם װעג‪,‬‬
                             ‫אים װעל איך װ ַײזן די ישועה פֿון גאָט‪.‬‬

           ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪,‬‬

‫‪ 2‬װען נתן דער נבֿיא איז געקומען צו אים‪ ,‬נאָך דעם װי ערנא‬
                                          ‫איז געקומען צו בת‪ֶ -‬שבֿען‪.‬‬
                             ‫‪ 3‬ל ַײטזעליק מיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬לױט ד ַײן ֶחסד‪,‬‬
          ‫לױט ד ַײן גרױס דערבאַרימונג מעק אָפּ מ ַײנע פֿאַרברעכן‪.‬‬
                            ‫‪ 4‬װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מ ַײן זינד‪,‬‬
                                   ‫און פֿון מ ַײן חטא טו מיך רײניקן‪.‬‬
                               ‫‪ 5‬װאָרום איך װײס מ ַײנע פֿאַרברעכן‪,‬‬
                             ‫און מ ַײן חטא איז מיר תּמיד אַנטקעגן‪.‬‬
                                ‫‪ 6‬צו דיר אַלײן האָב איך געזינדיקט‪,‬‬
             ‫און װאָס איז שלעכט אין ד ַײנע אױגן האָב איך געטאָן;‬
                          ‫דרום ביסטו רעכטפֿאַרטיק אין ד ַײן רעדן‪,‬‬
                                    ‫ביסטו גערעכט אין ד ַײן משפּטן‪.‬‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67