Page 64 - Thilim
P. 64

‫תּהלים‬

       ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון ָד ִודן‪,‬‬

‫‪ 2‬װען דוֹ ֵאג דער אַדוֹמי איז געקומען‪ ,‬און האָט דערצײלט ָשאולן‪,‬נב‬
           ‫און אים אָנגעזאָגט‪ :‬דוד איז געקומען אין אַחי ֶמ ֶלכס הױז‪.‬‬
   ‫‪ 3‬װאָס פּראָלסטו זיך מיט בײז‪ ,‬דו מאַכטיקער? דער ֶחסד פֿון גאָט‬
                                                         ‫איז אַלע טאָג‪.‬‬
                                         ‫‪ 4‬אומגליקן טראַכט ד ַײן צונג‪,‬‬
                      ‫װי אַ שאַרפֿער גאָלמעסער װאָס אַרבעט פֿאַלש‪.‬‬
                                      ‫‪ 5‬האָסט ליב בײז מער װי גוטס‪,‬‬
                                ‫ליגן אײדער רעדן גערעכטיקײט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                            ‫‪ 6‬האָסט ליב אַלע גערײד פֿון צעשטערונג‪,‬‬
                                                   ‫דו צונג פֿון באַטרוג‪.‬‬
                          ‫‪ 7‬װעט אױך גאָט דיך צעברעכן אױף אײביק‪,‬‬
                        ‫דיך אַרױסשאַרן און אַרױסר ַײסן פֿון געצעלט‪,‬‬
            ‫און דיך אױסװאָרצלען פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                        ‫‪ 8‬און די צדיקים װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן‪,‬‬
                                       ‫און זײ װעלן לאַכן איבער אים‪:‬‬
  ‫‪ 9‬אָן איז דער מאַן װאָס האָט ניט געמאַכט גאָט פֿאַר ז ַײן פֿעסטונג‪,‬‬
                    ‫און האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף ז ַײן גרױס עשירות;‬
                         ‫װאָס איז פֿאַרש ַײט געװען אין ז ַײן געריקײט‪.‬‬
‫‪ 10‬אָבער איך בין װי אַ צװ ַײגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם אין גאָטס הױז‪,‬‬

           ‫איך פֿאַרזיכער מיך אױף גאָטס ֶחסד אײביק און שטענדיק‪.‬‬
 ‫‪ 11‬איך װעל אײביק דיר דאַנקען‪ ,‬װאָס דו האָסט זיך א ַײנגעשטעלט‪,‬‬

                  ‫און איך װעל האָפֿן צו ד ַײן נאָמען װ ַײל ער איז גוט‪,‬‬
                                          ‫אַנטקעגן פֿאַר ד ַײנע פֿרומע‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אױף ַמח ַלת; אַ באַטראַכטונג פֿון‬

                      ‫ָד ִודן‪.‬נג‬

      ‫‪ 2‬דער נידערטרעכטיקער זאָגט אין ז ַײן האַרצן‪ :‬ניטאָ קײן גאָט!‬
                ‫פֿאַרדאָרבן ז ַײנען זײ‪ ,‬און מיאוסע אומרעכט טוען זײ;‬
                                            ‫קײנער טוט ניט קײן גוטס‪.‬‬
              ‫‪ 3‬גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער‪,‬‬

              ‫צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט גאָט‪.‬‬
              ‫‪ 4‬איטלעכער איז אָפּגעפֿאַלן‪ ,‬אַלע ז ַײנען זײ פֿאַרדאָרבן‪,‬‬

                      ‫קײנער טוט ניט קײן גוטס‪ ,‬ניט צו מאָל אײנער‪.‬‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69