Page 63 - Thilim
P. 63
תּהלים
7זע ,אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן,
און אין חטא האָט מיך מ ַײן מוטער אַנטפֿאַנגען.
8אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן,
טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.
9זאָלסט מיך רײניקן מיט ֵאזובֿ-גראָז ,אַז איך זאָל רײן װערן,
זאָלסט מיך װאַשן ,ביז װ ַײסער פֿון שנײ זאָל איך װערן.
10זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
11פֿאַרבאָרג ד ַײן פּנים פֿון מ ַײנע חטאים,
און אַלע מ ַײנע זינד פֿאַרמעק.
12אַ רײן האַרץ באַשאַף מיר ,גאָט,
און אַ פֿעסט געמיט באַנ ַײ אין מיר.
13זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן פֿון דיר,
און ד ַײן הײליקן ג ַײסט זאָלסטו ניט אַװעקנעמען פֿון מיר.
14קער מיר אום די פֿרײד פֿון ד ַײן הילף,
און אַ פֿר ַײ געמיט זאָלסטו מיר שענקען.
15איך װעל לערנען פֿאַרברעכער ד ַײנע װעגן,
און זינדיקע װעלן זיך אומקערן צו דיר.
16ז ַײ מיך מציל פֿון בלוטיקײט,
גאָט דו גאָט פֿון מ ַײן הילף;
זאָל מ ַײן צונג זינגען ד ַײן גערעכטיקײט.
17גאָט ,מ ַײנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען,
און זאָל מ ַײן מױל דערצײלן ד ַײן לױב.
18װאָרום באַגערסט ניט אַ שלאַכטאָפּפֿער אַז איך זאָל געבן,
אַ בראַנדאָפּפֿער װילסטו ניט.
19די שלאַכטאָפּפֿער פֿון גאָט ז ַײנען אַ צעבראָכן געמיט,
אַ צעבראָכן און דערשלאָגן האַרץ ,גאָט ,פֿאַראַכטסטו ניט.
20באַגיטיק אין ד ַײן באַװיליקונג ִציון,
בױען זאָלסטו די מױערן פֿון ירושלים.
21דענצמאָל װעסטו באַגערן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט,
בראַנדאָפּפֿער און גאַנצאָפּפֿער;
דענצמאָל װעט מען אױפֿברענגען אָקסן אױף ד ַײן מזבח.