Page 60 - Thilim
P. 60
תּהלים
10מע זאָל שטענדיק אַלץ לעבן,
מע זאָל ניט אָנזען די גרוב.
11װאָרום מע זעט אַז חכמים שטאַרבן,
אַזױ װי דער נאַר און דער פֿאַרגרעבטער גײען אונטער,
און זײ לאָזן איבער צו אַנדערע זײער פֿאַרמעג.
12זײ טראַכטן ב ַײ זיך ,זײערע ה ַײזער ז ַײנען אױף אײביק,
זײערע װױנונגען אױף ָדור-דורות;
זײ רופֿן לענדער אױף זײערע נעמען.
13אָבער דער מענטש בל ַײבט ניט אין גדוּלה,
ער איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.
14דאָס איז דער װעג פֿון די װאָס ז ַײנען בטוח ב ַײ זיך,
און פֿון זײערע נאָכגײער װאָס קװעלן פֿון זײערע רײדֶ .ס ָלה.
15מע לײגט זײ װי שאָף אין דער אונטערערד,
דער טױט טוט זײ פֿיטערן;
און אײן פֿרימאָרגן – טרעטן די רעכטפֿאַרטיקע איבער זײ;
און זײער געשטאַלט איז פֿאַר דער אונטערערד צום פֿאַרפֿױלן,
ניטאָ קײן װױנונג פֿאַר איר.
16אָבער גאָט װעט אױסלײזן מ ַײן זעל פֿון דער מאַכט פֿון
אונטערערד,
װאָרום ער װעט מיך אַרױסנעמעןֶ .ס ָלה.
17זאָלסט ניט מורא האָבן אַז עמעצער װערט אַן עושר,
אַז די ר ַײכקײט פֿון ז ַײן הױז װערט געמערט,
18װאָרום ב ַײ ז ַײן טױט װעט ער גאָרנישט מיטנעמען,
ז ַײן ר ַײכקײט װעט ניט נידערן נאָך אים.
19הגם ב ַײ ז ַײן לעבן פֿלעגט ער א ַײנרעדן ז ַײן זעל:
מע װעט דיך נאָך לױבן אַז דו װעסט זיך װױלטאָן.
20זי װעט אָנקומען צו דעם ָדור פֿון ז ַײנע עלטערן,
װאָס װעלן אױף אײביק ניט אָנזען דעם ש ַײן.
21אַ מענטש אין גדוּלה װאָס פֿאַרשטײט ניט,
איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.