Page 56 - Thilim
P. 56
תּהלים
דרום האָט דיך געזאַלבט גאָט ד ַײן גאָט
מיט אײל פֿון פֿרײד ,איבער ד ַײנע חבֿרים.
9מירע און אַלאָען ,קאַנײלן ז ַײנען אַלע ד ַײנע קלײדער,
פֿון העלפֿאַנדבײן-פּאַלאַצן דערפֿרײען דיך סטרונעס.
10טעכטער פֿון מלכים ז ַײנען צװישן ד ַײנע געליבטע,
דיר צו רעכטס שטײט די מלכּה אין גינגאָלד פֿון אוֹפֿיר.
11הער ,טאָכטער ,און זע ,און נ ַײג צו ד ַײן אױער,
און פֿאַרגעס ד ַײן פֿאָלק ,און דאָס הױז פֿון ד ַײן פֿאָטער,
12און דער מלך װעט גלוסטן ד ַײן שײנקײט;
װאָרום ער איז ד ַײן האַר ,דרום בוק זיך צו אים.
13און ,טאָכטער פֿון צור ,די ר ַײכסטע פֿון פֿאָלק
װעלן בעטן ד ַײן ל ַײטזעליקײט מיט געשאַנק.
14לױטער פּראַכט איז די בת-מלכּה אינעװײניק אין פּאַלאַץ ,
פֿון געקעסטלטן גאָלדװעב איר מלבוש.
15אױף געשטיקטע געװאַנטן װערט זי צום מלך געפֿירט;
הינטער איר יונגפֿרױען ,חבֿרטעס אירע ,װערן דיר געבראַכט.
16זײ װערן געפֿירט מיט פֿרײדן און לוסטיקײט,
זײ קומען אין פּאַלאַץ פֿון מלך.
17אָנשטאָט ד ַײנע פֿאָטערס װעלן ז ַײן ד ַײנע זין;
װעסט זײ אױפֿזעצן פֿאַר האַרן אין גאַנצן לאַנד.
18איך װעל מאַכן דערמאָנען ד ַײן נאָמען אױף אַלע ָדור-דורות,
דרום װעלן פֿעלקער דיך לױבן אױף אײביק און שטענדיק.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח; אױף
ַע ָלמות; אַ ליד.מו
2גאָט איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט,
אַ הילף אין צרות ,גרינג צו געפֿינען.
3דרום װעלן מיר ניט מורא האָבן,
װען די ערד זאָל זיך ב ַײטן,
און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן
אין האַרצן פֿון ים.