Page 61 - Thilim
P. 61

‫תּהלים‬

                                          ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון אָ ָספֿן‪.‬‬

‫דער גאָט פֿון געטער‪ ,‬יהוה‪ ,‬האָט גערעדט און גערופֿן די ערד‪,‬נ‬
                   ‫פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג‪.‬‬
                               ‫‪ 2‬פֿון ִציון דער קרױן פֿון שײנקײט‪,‬‬
                                         ‫האָט אַרױסגעש ַײנט גאָט‪.‬‬
                       ‫‪ 3‬אונדזער גאָט קומט‪ ,‬און ער שװ ַײגט ניט‪,‬‬
                                  ‫אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿ ַײער‪,‬‬
                      ‫און אַרום אים טוט שטורעמען געװאַלטיק‪.‬‬
                              ‫‪ 4‬ער רופֿט צו די הימלען פֿון אױבן‪,‬‬
                      ‫און צו דער ערד‪ ,‬כּדי צו משפּטן ז ַײן פֿאָלק‪:‬‬
                                  ‫‪ 5‬זאַמלט מיר א ַײן מ ַײנע פֿרומע‪,‬‬
                 ‫די װאָס שליסן מ ַײן בונד איבער שלאַכטאָפּפֿער‪.‬‬
                      ‫‪ 6‬און די הימלען זאָגן אָן ז ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
                            ‫װאָרום גאָט‪ ,‬ער איז אַ ריכטער‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                            ‫‪ 7‬הער מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬און איך װעל רעדן‪,‬‬
                              ‫ישׂראל‪ ,‬און איך װעל דיך װאָרענען‪:‬‬
                                            ‫גאָט ד ַײן גאָט בין איך‪.‬‬

          ‫‪ 8‬ניט אום ד ַײנע שלאַכטאָפּפֿער װעל איך דיך שטראָפֿן;‬
                   ‫ד ַײנע בראַנדאָפּפֿער ז ַײנען דאָך תּמיד פֿאַר מיר‪.‬‬
                     ‫‪ 9‬איך װיל ניט נעמען פֿון ד ַײן הױז קײן אָקס‪,‬‬
                                       ‫פֿון ד ַײנע שטאַלן קײן בעק‪.‬‬
                   ‫‪ 10‬װאָרום מ ַײן איז יעטװעדער חיה פֿון װאַלד‪,‬‬
                                     ‫די בהמות אױף טױזנט בערג‪.‬‬
                        ‫‪ 11‬איך קען יעטװעדער פֿױגל פֿון די בערג‪,‬‬
                          ‫און די װידמענונג פֿון פֿעלד איז ב ַײ מיר‪.‬‬

            ‫‪ 12‬אַז איך זאָל הונגעריק ז ַײן‪ ,‬װעל איך דיר ניט זאָגן‪,‬‬
                      ‫װאָרום מ ַײן איז די װעלט און איר פֿולקײט‪.‬‬
                             ‫‪ 13‬צי עס איך דאָס פֿלײש פֿון אָקסן?‬
                      ‫אָדער דאָס בלוט פֿון בעק טו איך טרינקען?‬
                               ‫‪ 14‬שלאַכט צו גאָט אַ דאַנקאָפּפֿער‪,‬‬
                       ‫און באַצאָל דעם אױבערשטן ד ַײנע נדרים‪.‬‬
                                 ‫‪ 15‬און רוף מיך אין טאָג פֿון נױט‪,‬‬

               ‫װעל איך דיך דערלײזן‪ ,‬און דו װעסט מיך ערלעכן‪.‬‬
   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66