Page 57 - Thilim
P. 57

‫תּהלים‬

                         ‫‪ 4‬מעגן ברומען‪ ,‬מעגן שױמען ז ַײנע װאַסערן‪,‬‬
                       ‫מעגן ציטערן די בערג פֿאַר ז ַײן הױכקײט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

‫‪ 5‬אַ ט ַײך איז דאָ‪ ,‬װאָס ז ַײנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון גאָט‪,‬‬
                                   ‫די הײליקסטע װױנונג פֿון העכסטן‪.‬‬

                       ‫‪ 6‬גאָט איז אין איר מיט‪ ,‬זי װעט ניט אומפֿאַלן‪,‬‬
                                ‫גאָט װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן‪.‬‬

            ‫‪ 7‬פֿעלקער האָבן געטומלט‪ ,‬קיניגר ַײכן ז ַײנען אומגעפֿאַלן;‬
           ‫ער האָט אַרױסגעלאָזט ז ַײן ָקול‪ ,‬טוט זיך װאַקלען די ערד‪.‬‬

                                    ‫‪ 8‬מיט אונדז איז יהוה פֿון צבֿאות‪,‬‬
                      ‫אַ פֿעסטונג איז אונדז דער גאָט פֿון יעקבֿ‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                                     ‫‪ 9‬גײט זעט די אױפֿטוען פֿון גאָט‪,‬‬
                        ‫װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד‪.‬‬
              ‫‪ 10‬ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד‪,‬‬
               ‫דעם בױגן צעברעכט ער‪ ,‬און טוט צעהאַקן דעם שפּיז;‬

                                   ‫ר ַײטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿ ַײער‪.‬‬
                        ‫‪„ 11‬לאָזט אָפּ‪ ,‬און ז ַײט װיסן אַז איך בין גאָט‪,‬‬

                                 ‫איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                                            ‫דערהױבן אױף דער ערד‪”.‬‬

                                   ‫‪ 12‬יהוה פֿון צבֿאות איז מיט אונדז‪,‬‬
                      ‫אַ פֿעסטונג איז אונדז דער גאָט פֿון יעקבֿ‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח אַ מזמור‪.‬‬

          ‫‪ 2‬קלאַפּט די הענט‪ ,‬אַלע פֿעלקער‪,‬מז‬
                                ‫שאַלט צו גאָט מיט אַ ָקול פֿון געזאַנג‪.‬‬
                     ‫‪ 3‬װאָרום יהוה דער אײבערשטער איז פֿאָרכטיק‪,‬‬
                            ‫אַ גרױסער מלך איבער דער גאַנצער ערד‪.‬‬
                        ‫‪ 4‬ער אונטערטעניקט פֿעלקער אונטער אונדז‪,‬‬

                                   ‫און אומות אונטער אונדזערע פֿיס‪.‬‬
                              ‫‪ 5‬ער װײלט אונדז אױס אונדזער נחלה‪,‬‬
                     ‫דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ װאָס ער האָט ליב‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62