Page 53 - Thilim
P. 53

‫תּהלים‬

                                         ‫זאָלסטו מיך מאַכן אַנטרינען‪.‬‬
                       ‫‪ 2‬דו ביסט דאָך דער גאָט פֿון מ ַײן שטאַרקײט‪,‬‬

                                     ‫פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?‬
                                 ‫פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן‬

                                     ‫פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?‬
                                       ‫‪ 3‬שיק ד ַײן ליכט און ד ַײן אמת‪,‬‬
                                                     ‫זײ זאָלן מיך פֿירן;‬

                          ‫זײ זאָלן מיך ברענגען צו ד ַײן הײליקן באַרג‪,‬‬
                                            ‫און צו די װױנונגען ד ַײנע‪.‬‬

                             ‫‪ 4‬און לאָמיך קומען צום מזבח פֿון גאָט‪,‬‬
‫צו גאָט‪ ,‬דער פֿרײד פֿון מ ַײן לוסטיקײט; און לאָמיך דיך לױבן אױף אַ‬

                                                                 ‫האַרף‪,‬‬
                                                        ‫גאָט מ ַײן גאָט‪.‬‬
                                      ‫‪ 5‬װאָס ביסטו געבױגן מ ַײן זעל‪,‬‬
                                    ‫און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?‬
                      ‫האָף צו גאָט‪ ,‬װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן–‬
                                 ‫די הילף פֿון מ ַײן פּנים‪ ,‬און מ ַײן גאָט‪.‬‬

    ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח אַ‬

                  ‫באַטראַכטונג‪.‬מד‬

                   ‫‪ 2‬גאָט‪ ,‬מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט‪,‬‬
                           ‫אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט‪,‬‬

                     ‫די טוּונג װאָס דו האָסט געטאָן אין זײערע טעג‪,‬‬
                                            ‫אין די טעג פֿון פֿאַרצ ַײטן‪.‬‬

                     ‫‪ 3‬דו מיט ד ַײן האַנט האָסט פֿעלקער פֿאַרטריבן‪,‬‬
                                       ‫און זײ האָסטו א ַײנגעפֿלאַנצט‪,‬‬
                                              ‫האָסט צעבראָכן אומות‪,‬‬
                                       ‫און זײ האָסטו אױסגעשפּרײט‪.‬‬

      ‫‪ 4‬װאָרום ניט מיט זײער שװערד האָבן זײ געאַרבט דאָס לאַנד‪,‬‬
                              ‫און ניט זײער אָרעם האָט זײ געהאָלפֿן‪,‬‬
                               ‫נאָר ד ַײן רעכטע האַנט און ד ַײן אָרעם‪,‬‬

         ‫און דאָס ליכט פֿון ד ַײן פּנים‪ ,‬װ ַײל דו האָסט זײ באַװיליקט‪.‬‬
                                           ‫‪ 5‬דו ביסט מ ַײן קיניג‪ ,‬גאָט;‬
                                          ‫באַפֿעל די ישועה פֿון יעקבֿ‪.‬‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58