Page 50 - Thilim
P. 50

‫תּהלים‬

                       ‫‪ 16‬זאָלן באַנומען װערן פֿון װעגן זײער שאַנד‬
                                ‫די װאָס זאָגן אױף מיר‪ :‬אַהאַ! אַהאַ!‬

                        ‫‪ 17‬זאָלן ז ַײן לוסטיק און זיך פֿרײען מיט דיר‬
                                                  ‫אַלע װאָס זוכן דיך;‬

                           ‫זאָלן תּמיד זאָגן‪ :‬געגרײסט זאָל ז ַײן גאָט!‬
                                      ‫די װאָס האָבן ליב ד ַײן ישועה‪.‬‬

                          ‫‪ 18‬און איך אָרימער און באַדערפֿטיקער –‬
                                      ‫זאָל גאָט דאָס מיר צורעכענען‪.‬‬

           ‫דו ביסט מ ַײן הילף‪ ,‬און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;‬
                                    ‫מ ַײן גאָט‪ ,‬זאָלסט זיך ניט זאַמען‪.‬‬

          ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

    ‫‪ 2‬װױל צו דעם װאָס גיט אַכט אױפֿן אָרימאַן!מא‬
                   ‫אין טאָג פֿון בײז װעט אים גאָט מאַכן אַנטרינען‪.‬‬
                      ‫‪ 3‬גאָט װעט אים באַהיטן און אים לאָזן לעבן‪,‬‬
                               ‫און ער װעט ז ַײן באַגליקט אין לאַנד;‬
                                     ‫און װעסט אים ניט איבערגעבן‬
                                  ‫אױף דעם באַראָט פֿון ז ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬
                ‫‪ 4‬גאָט װעט אים אונטערלענען אױפֿן קראַנקן בעט;‬
‫די גאַנצע צ ַײט פֿון ז ַײן ליגן פֿאַרנעמסטו זיך מיט ז ַײן קראַנקשאַפֿט‪.‬‬

                                    ‫‪ 5‬איך זאָג‪ :‬גאָט‪ ,‬ל ַײטזעליק מיך‪,‬‬
                 ‫הײל מ ַײן זעל‪ ,‬װאָרום איך האָב געזינדיקט צו דיר‪.‬‬

                            ‫‪ 6‬מ ַײנע פֿ ַײנט רעדן שלעכטס װעגן מיר‪:‬‬
            ‫װען װעט ער שטאַרבן‪ ,‬און ז ַײן נאָמען זאָל אונטערגײן!‬

                     ‫‪ 7‬און אַז עמעצער קומט זען‪ ,‬רעדט ער פֿאַלש‪,‬‬
                                   ‫ז ַײן האַרץ זאַמלט אָן אין זיך בײז;‬

                          ‫גײט ער אַרױס אין גאַס‪ ,‬רעדט ער דערפֿון‪.‬‬
             ‫‪ 8‬אין אײנעם סוֹדען זיך אױף מיר אַלע מ ַײנע ָשׂונאים‪,‬‬

                                ‫זײ טראַכטן װעגן מיר בײז קעגן מיר‪:‬‬
                          ‫‪ 9‬אַ בײזע זאַך איז אױסגעגאָסן אױף אים‪,‬‬
         ‫און װי ער האָט זיך געלײגט‪ ,‬װעט ער מער ניט אױפֿשטײן‪.‬‬
  ‫‪ 10‬אַפֿילו מ ַײן גוטער פֿר ַײנט װאָס איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף‬

                                                                 ‫אים‪,‬‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55