Page 49 - Thilim
P. 49
תּהלים
5װױל צו דעם מאַן װאָס האָט געמאַכט גאָט ז ַײן פֿאַרזיכערונג,
און זיך ניט געװענדט צו די האָפֿערדיקע,
און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט.
6פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן ,יהוה מ ַײן גאָט –
ד ַײנע װוּנדער און ד ַײנע טראַכטונגען פֿון אונדזערט-װעגן;
ניטאָ קײן גל ַײכן צו דיר.
זאָל איך דערצײלן און זאָגן,
ז ַײנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען.
7שלאַכטאָפּפֿער און שפּ ַײזאָפּפֿער באַגערסטו ניט –
האָסטו אין די אױערן מיר א ַײנגעגראָבן –
בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו ניט.
8דרום האָב איך געזאָגט :איך װעל טאָן
װאָס אין געראָלטן ֵספֿר איז אָנגעשריבן פֿאַר מיר.
9צו טאָן ד ַײן ָרצון ,מ ַײן גאָט ,האָב איך באַגערט,
און ד ַײן תּורה איז אין מ ַײנע אינגעװײד.
10איך האָב אָנגעזאָגט גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל;
זע ,מ ַײנע ליפּן טו איך ניט פֿאַרמ ַײדן;
גאָט ,דו װײסט דאָך.
11ד ַײן גערעכטיקײט האָב איך ניט פֿאַרדעקט אין מ ַײן האַרצן,
ד ַײן טר ַײשאַפֿט און ד ַײן הילף האָב איך דערצײלט;
איך האָב ניט פֿאַרהױלן ד ַײן גענאָד און ד ַײן אמת
פֿאַרן גרױסן געזעמל.
12ניט פֿאַרמ ַײדן זאָלסטו דו ,גאָט ,ד ַײן דערבאַרימונג פֿון מיר,
ד ַײן גענאָד און ד ַײן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן.
13װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל,
דערגרײכט האָבן מיך מ ַײנע זינד,
אַז איך קען ניט זען;
זײ ז ַײנען מער װי די האָר פֿון מ ַײן קאָפּ,
און מ ַײן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.
14באַװיליק ,גאָט ,מיך מציל צו ז ַײן,
גאָט ,א ַײל מיר צו הילף.
15זאָל פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם
די װאָס זוכן מ ַײן לעבן ,עס אומצוברענגען;
זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען
די װאָס װינטשן מיר בײז.