Page 46 - Thilim
P. 46
תּהלים
1אַ מזמור פֿון ָד ִודן ,אױף אַ דערמאָנונג.
2ניט אין ד ַײן כּעס ,גאָט ,זאָלסטו מיך מוסרן,לח
און אין ד ַײן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.
3װאָרום ד ַײנע פֿ ַײלן האָבן גענידערט אין מיר,
און אױף מיר האָט גענידערט ד ַײן האַנט.
4ניטאָ קײן גאַנץ גליד אין מ ַײן ל ַײב פֿון װעגן ד ַײן צאָרן,
ניטאָ קײן פֿריד אין מ ַײנע בײנער פֿון װעגן מ ַײן חטא.
5װאָרום מ ַײנע זינד גײען איבער מ ַײן קאָפּ,
װי אַ שװערע משׂא ז ַײנען זײ צו שװער פֿאַר מיר.
6עס פֿױלן ,עס א ַײטערן מ ַײנע װוּנדן
פֿון װעגן מ ַײן נאַרישקײט;
7איך בין צעקרימט ,איך בין געבױגן ביז גאָר,
אַ גאַנצן טאָג גײ איך אום פֿינצטער.
8װאָרום מ ַײנע לענדן ז ַײנען פֿול מיט בראַנד,
און ניטאָ קײן גאַנץ גליד אין מ ַײן ל ַײב.
9איך בין באַנומען און דערשלאָגן ביז גאָר,
איך שר ַײ פֿון דער ברומונג פֿון מ ַײן האַרצן.
10גאָט ,אַל מ ַײן קרעכצן איז פֿאַר דיר,
און מ ַײן זיפֿצן איז פֿון דיר ניט פֿאַרבאָרגן.
11מ ַײן האַרץ שװינדלט,
מ ַײן כּוח האָט מיך פֿאַרלאָזט; און דאָס ליכט פֿון מ ַײנע אױגן,
דאָס אױך איז ב ַײ מיר מער ניטאָ.
12מ ַײנע גוטע פֿר ַײנט און מ ַײנע חבֿרים שטײען אַװעק פֿון מ ַײן
פּלאָג,
און מ ַײנע נאָנטע שטײען פֿון דער װ ַײטן.
13און נעצן לײגן די װאָס זוכן מ ַײן לעבן,
און די װאָס ז ַײנען מיר אױסן בײז רעדן אומגליקן,
און באַטרוגן טראַכטן זײ אַ גאַנצן טאָג.
14און איך בין װי אַ טױבער ,איך הער ניט,
און װי אַ שטומער װאָס עפֿנט ניט ז ַײן מױל.
15יאָ ,איך בין װי אַ מענטש װאָס הערט ניט,
און אין ז ַײן מױל ז ַײנען קײן טענות ניטאָ.
16װאָרום צו דיר ,יהוה ,טו איך האָפֿן;
דו װעסט ענטפֿערן ,האַר מ ַײן גאָט.