Page 41 - Thilim
P. 41
תּהלים
17גאָט ,װי לאַנג װעסטו צוזען? נעם אַװעק מ ַײן זעל פֿון זײערע
פֿאַרװיסטונגען,
פֿון די יונגלײבן מ ַײן אײנאײנציקע.
18איך װעל דיר דאַנקען אין אַ גרױס געזעמל,
אין פֿיל פֿאָלק װעל איך דיך לױבן.
19זאָלן זיך ניט פֿרײען איבער מיר
די װאָס ז ַײנען מיר פֿ ַײנט פֿאַר גאָרנישט;
מ ַײנע אומזיסטיקע ָשׂונאים
װאָס װינקען מיטן אױג.
20װאָרום אומ ָשלום רעדן זײ,
און קעגן די שטילע פֿון דער ערד
טראַכטן זײ אױס פֿאַלשע שטיק.
21און זײ עפֿענען ברײט זײער מױל אױף מיר;
זײ זאָגן :אַהאַ! אַהאַ! אונדזער אױג האָט דערלעבט.
22דו האָסט געזען ,גאָט ,זאָלסטו ניט פֿאַרשװ ַײגן;
גאָט ,זאָלסט זיך ניט דערװ ַײטערן פֿון מיר.
23דערװעק דיך און װאַך אױף צו מ ַײן משפּט,
צו מ ַײן קריג ,מ ַײן גאָט און מ ַײן האַר.
24משפּט מיך לױט ד ַײן גערעכטיקײט ,יהוה מ ַײן גאָט,
און זאָלן זײ זיך ניט פֿרײען איבער מיר.
25זאָלן זײ ניט זאָגן אין זײער האַרצן:
אַהאַ! אונדזער באַגער!
זאָלן זײ ניט זאָגן:
מיר האָבן אים א ַײנגעשלונגען!
26זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם
די װאָס פֿרײען זיך אױף מ ַײן אומגליק;
זאָלן באַקלײדט װערן מיט בושה און שמאַך
די װאָס גרײסן זיך איבער מיר.
27זאָלן זינגען און זיך פֿרײען
די װאָס באַגערן מ ַײן גערעכטיקײט;
און זאָלן זײ תּמיד זאָגן :געגרײסט זאָל ז ַײן גאָט,
װאָס באַגערט דעם פֿריד פֿון ז ַײן קנעכט.
28און מ ַײן צונג װעט רעדן ד ַײן גערעכטיקײט,
אַ גאַנצן טאָג ד ַײן לױב.