Page 36 - Thilim
P. 36

‫תּהלים‬

              ‫‪ 3‬אַז איך האָב געשװיגן‪ ,‬האָבן מ ַײנע בײנער געפֿױלט‪,‬‬
                                      ‫פֿון מ ַײן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג‪.‬‬

   ‫‪ 4‬װאָרום טאָג און נאַכט פֿלעגט שװער ז ַײן אױף מיר ד ַײן האַנט‪,‬‬
‫מ ַײן זאַפֿט איז פֿאַרביטן געװאָרן װי אין פֿאַרטריקנטע זומעראױפּס‪.‬‬

                                                                 ‫ֶס ָלה‪.‬‬
                            ‫‪ 5‬האָב איך דיך געלאָזט װיסן מ ַײן חטא‪,‬‬

                              ‫און מ ַײן זינד האָב איך ניט פֿאַרדעקט‪.‬‬
               ‫איך האָב געזאָגט‪ :‬איך װעל זיך מודה ז ַײן אױף מ ַײנע‬

                                                  ‫פֿאַרברעכן צו גאָט;‬
                ‫און דו האָסט פֿאַרגעבן די שולד פֿון מ ַײן זינד‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

           ‫‪ 6‬אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל ז ַײן צו דיר‪,‬‬
                            ‫אין דער צ ַײט װאָס מע קען דיך געפֿינען‪:‬‬
                               ‫אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער‪,‬‬
                               ‫זאָלן זײ צו אים אָבער ניט דערגרײכן‪.‬‬
                                      ‫‪ 7‬דו ביסט מ ַײן פֿאַרבאָרגעניש‪,‬‬
                                     ‫פֿון דעם פֿ ַײנט באַהיטסטו מיך;‬
                                        ‫מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונג‬
                                          ‫רינגלסטו מיך אַרום‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

‫‪„ 8‬איך װעל דיך קליגן און דיר װ ַײזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן‪,‬‬
                               ‫איך װעל האַלטן מ ַײן אױג אױף דיר‪”.‬‬

  ‫‪ 9‬איר זאָלט ניט ז ַײן װי אַ פֿערד‪ ,‬װי אַ מױלאײזל‪ ,‬אָן פֿאַרשטאַנד‪,‬‬
       ‫װאָס מיט צאַם און געביס מוז מען א ַײנהאַלטן ז ַײן אימפּעט;‬
                              ‫אַז מע זאָל ניט קענען גענענען צו דיר‪.‬‬

                                     ‫‪ 10‬פֿיל װײטאָגן האָט דער ָרשע‪,‬‬
                         ‫אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט‪,‬‬

                                      ‫אים װעט אַרומרינגלען גענאָד‪.‬‬
                  ‫‪ 11‬פֿרײט זיך מיט גאָט‪ ,‬און ז ַײט לוסטיק‪ ,‬צדיקים‪,‬‬

                           ‫און זינגט‪ ,‬אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער‪.‬‬
   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41